שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך צוויי »

אויוויי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:43 pm א גוטן איך וואלט זייער געוואלט עקספלארען די בהאלטנע אידישע וועלט, דא אויף די שטיבעל איז דא אזויפיל וויכטיגע אינפא וואס וועט מיך העלפן אנגיין מיט מיין פיין.
די אנדערע פלעטפארמס מעקן און ווארפען אזוי ווי און א דריטע וועלט קאנטרי, נישטא קיין אמת אדער עכטע אינטערטעינמנט.
אוי וויי, וואס איז דיין פיין, שמועס דיך אויס פון הארצן אביסל, וועט דיך בעסער ווערן
רב חאצאצאק הקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:24 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך רב חאצאצאק הקטן »

צוויי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:55 am
אויוויי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:43 pm א גוטן איך וואלט זייער געוואלט עקספלארען די בהאלטנע אידישע וועלט, דא אויף די שטיבעל איז דא אזויפיל וויכטיגע אינפא וואס וועט מיך העלפן אנגיין מיט מיין פיין.
די אנדערע פלעטפארמס מעקן און ווארפען אזוי ווי און א דריטע וועלט קאנטרי, נישטא קיין אמת אדער עכטע אינטערטעינמנט.
אוי וויי, וואס איז דיין פיין, שמועס דיך אויס פון הארצן אביסל, וועט דיך בעסער ווערן
:lol: :lol: :lol:
באזוך די "קאווערס פון אויסגאבעס-קריטיק און קאמאנטארן" אשכול
רב חאצאצאק הקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:24 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך רב חאצאצאק הקטן »

שיבוטא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 8:22 pm מיר גלייכן א שיין שטיקל שרייב ארבייט, אזוי אויך מוזיק, פינאנץ, און אלגעמיינע פאליטיק.

קאווע שטיבל איז לדעתי כשמו כן הוא, ווען איך קום נאענט דערצו שפירט זיך ארויס דערפון אזא געשמאקע גרוך פון פריש צעמאלענע קאווע בונדלעך מיט פארשידענע פלעיוואר קריעמערס, כרצון איש ואיש. נו ווי קענען מיר בלייבן שטיין דא אינדרויסן..
דו זאגסט דו האסט ליב מוזיק, איז אויפלעב די מוזיק פארום.
באזוך די "קאווערס פון אויסגאבעס-קריטיק און קאמאנטארן" אשכול
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16580
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19137 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך שמעקעדיג »

שטולענע אייער האט געשריבן: כ'וואוין דא אין לאנדאן, א מין פארפאפאנע פלאץ. זיץ איך דא באנאקידוש, און איינער וועלכער האט חתונה געהאט א פינף חדשים פארמיר איז שוין א גאנצער קנאקער דא, פרובירט מיר צו מקרב זיין דא און אזוי אין מיטן שמועס ערווענט ער מיך וועגן קאווע שטיבל, כמאכמיך טעמיש כאילו כ'ווייס ניטאמאל וודאסאיז חחח. נו זאלעסזיין. שוין פערציג ווערטער?

איך ווייס נישט פארוואס אבער כ'רייס זיך פאר געלעכטער פון דיין מאדנעם ניק נאמען, כ'בעט דיר זיי מיר מוחל, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן

:lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
כהער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2024 10:42 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך כהער »

קאווע שטיבל, אה, א פלאץ זיך אויסצולופטערן, זיין אפען מיט חברים מיט א נייגער און דורשט פאר וויסענשאפט און חכמה, איך האף צו קענען באשטייערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף, מיט רעיונות, מחשבות, געדאנקען און פארשידענע מקצועות העולם, און הנאה האבן פון די בעסטע שרייבער אויפן אידישע שפראך.
פלעסטיק קאפ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2024 8:29 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך פלעסטיק קאפ »

איך בין א נארמאלע מענטש ברוך השם אזוי ווי ענק אלע. איך האב ברוך השם געלט איך האב ברוך השם א קאר און איך דאנק יעדען טאג די אייבישטער אז איך לעב און איך בין געזונט. דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער.
תלמיד חבר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2024 11:19 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך תלמיד חבר »

איך בין א מיטל יעריגע חסידישע אינגערמאן און איך בין נייגעריג צו לערנען נייע געדאנקן אלע מאהל. איך בין ספעציעל נייגעריג צו הערן מיינוגנס פארשידענהייטן בנוגע טעמע׳ס. צו זעהן צוויי זייטן פון דער מטבע. אין אזא פלאטפארמע ווי קאווע שטיבל איז דאס מצוי.
פעטער בייטשיקל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2024 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך פעטער בייטשיקל »

די סיבה איז פשוט, דא איז א פלאץ ווי מקען זיך צו נויף רעדן אין א ביסל א העכערע לעוועל, נישט סתם געדווחנט, נאר זאפטיגע תגובות איינס נאכן צווייטן.
נישט נאר דאס, נאר דער רעספעקט וואס מגעט איינס פארן אנדערן איז נישט אוועק צומאכן
בקיצור, צייט זיך איינצושרייבן. יישר כחכם , ותזכו למצוות
תקווה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:39 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך תקווה »

איך וויל זעהן און לײענען און הערן און אפֿשר צו לייגן צו נושאים וואס איז מיר וויכטיג און דא ווערט עס אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט און מיט א אפענע און גראדע קאפ און שכל צווישן ערקוואסענע און נארמאלע מענטשן
סימפאטיקער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:04 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך סימפאטיקער »

א גוטן, ברודער.
לאמיר זיך אוועק זעצן ביי א גלאז הייסע קאווע, און זיך אויסשמועסן און קלוגער ווערן איינער פון דעם אנדערן...
כ'ווועל פרובירן צולייגן מיינע צוויי גראשן צום דיסקוסיע..
א גיטען
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:45 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך א גיטען »

א גיטען איך בין א היימישע אינגרמאן וואס וויאינט און ברוקלין און האט ליב וויסענשאפט און ידיעות וואס מחמת איזהו סיבה ווערט עס נישט געדעקט און די היימישע אויסגאבעס און צייטאנגען

און איך מיין אז אויף קאווע שטיבל ווערט יא געדעקט דעיע נושאים.
אייזענע קאפ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:05 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אייזענע קאפ »

ער פרעגט פארוואס איר האט מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל? יעדע אקט וואס איך באגיי איז דען במחשבה תחילה? נאר עס איז אזא רויע רצון וואס נאגט און גליסט טועם צו זיין פון עץ הדעת (טוב ורע).
אפשר לתקן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:46 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אפשר לתקן »

א גיטן געבוירן בין איך אין ירושלים ד'אמעריקע וויליאמסבורג , א שרייבער בין איך נאכנישט [מיט די צייט האפט מען צו ווערן ] די מח צו ליפטערן גלייך איך, [איך גלייב אז יעדער גלייכט דאס] זאגט מיר א חבר אז אטע דא איז די גישמאקסטע אויסגעהאלטענסטע פלאטפארמע , מילא זעמיר דא ,

ברכה והצלחה וכל טוב אמן
פארחלומ'ט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 04, 2024 10:25 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך פארחלומ'ט »

שוין א לאנגיאריגע חסיד פון קאווע שטיבל, וואס גיבט די געלעגענהייט צי דיסקוסירן מיט היימישע אינטיליגענטע מענטשן. דארף מען דאך אויך אמאל צושטייער געבן און אריינווארפן אן הערה, מאמר אדער געדאנק
אייזיק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2024 12:40 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אייזיק »

איך בין א וויליאמסבארגער יונגערמאן, גראדע נישט אזוי יונג, מער שוין דעם צווייטן העלפט.
איך גלייך צי ליינען וואס דער עולם האט צי זאגן / שרייבן דא איז וויל איך דא איינשרייבן אין אזוי אפשר אויך אריינרעדן דא, עס איז זייער וויכטיג מי קענען אויסשמיסן ‏עניינים אזוי דא אויף די פרייהייט
שכח
האלטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2024 4:18 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך האלטער »

איך בין א ליב האבער פון פארברענגען און שמועסן, ווי אויך זיך דורך שמועסן און דיסקוטירן טעמעס און השקפות אין א היימישן געשמאקע אטמאספערע אזוי ווי אין אן עכטע קאווע שטיבל. איך בין עמך יוד, און איך האף אז איך וועל הנאה האבן פון קאווע שטיבל און אז די מעמבערס וועלן הנאה האבן פון מיר.
לערנען
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2024 4:55 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך לערנען »

צו קענען שמועסן און פארברענגען אויף א שיינעם געשמאקען אופן און זיך אויסליפטערן ווען עס פעלט אויס און צו הערן און לערנען פון אנדערע פיינע אידן אינהלטסרייכע ענינים
אביי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 08, 2024 3:36 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אביי »

וואס איז נייעס? סוי איך בין אביסל בארד האב איך דעסיידעד אז סאיז שוין צייט פאר א ניק אויף קאווע שטיבל

סוי יא אונז וועלן באייזער האשעם ביידע צוזאמען

הצלחה רבה
יצחק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:50 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך יצחק »

איך הערט געהערט אז מען שרייבט דא זאכלעכע ארטיקלען וואס מען קען באמת הנאה האבן.
וואלט איך מיך זייער געוואלט איינשרייבן איך האף מיטן אויבערשטענס הילף געוואר צו ווערן אסאך ידועות אין נייעס

יישר כח
שירה לנשמתי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך שירה לנשמתי »

ונתגלגל נשמתי…
אינעם עבר פלעג איך גאנץ אפט זיפן א גלעזל קאווע דא אין שטיבל, though נישט געשריבן גאר אפט. זייט׳ן באנייען די תקנות דא מיטן מוזן זיין אקטיוו, איז מיין פאריגע נשמה דא געגאנגען א גאנג.
היצטערד מיט׳ן אויפוואכונג דא איבער מוזיק אינקלודיג אלגעמיינע, וויל מיין נשמה צוריק אנהייבן זינגן שירה דא.
אקטיוו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:01 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אקטיוו »

איך בין א אינגערמאן וואס איז זייער פארשטענדליך אין האט ארויס א נושא מבין דבר מתוך דבר און ספעציעל די נושאים וואס ווערט נאר אויסגעשמועס אויף קאווע שטיבל וועגן דעם האב איך מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל
ווי פארשטענדליך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 10, 2024 11:14 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך ווי פארשטענדליך »

איך בין א יונגערמאן אין די צוואנציגער יארן וואס פרובירט צו טון דעם רצון השם, איך וואוין אויף א הויעכער שטאק אן קיין עלעוועיטער, איך גלייך ווענילע יאגארט איבער ציקערלאזע קאווע, און אייער שפייז איבער שפילן קארטן, עס וועט מיר זיין גאר געשמאק צו פארברענגען מיט אייך, און איך האף אז פאר אייך אויך!
הארטע בילקע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 10, 2024 4:05 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך הארטע בילקע »

א וואילער חסידישער יונגערמאן דאווענט דריי תפילות א טאג אין פרובירט צו ברענגען פרנסה אין שטוב. ענדזשויט היסטאריע אין אלטע חסידישע פאליטיק , אין לעבידיגע דעבאטעס אין אלע ענינים אין נושאים. ויה"ר שלא תצא מכשול מתחת ידי. לקדש שם שמים!!!
רעאגיר