בלאט 1 פון 3

שלום עליכם: פראפעסאר

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:13 pm
דורך פראפעסאר
איך בין טאקע א פראפעסאר. איך אליינס בין נישט קיין חרדישער ייד, נאר איך בין שטארק פאראינטערעסירט אין חסידות און אין יידיש, בין איך דא צו לערנען פון אייך.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:48 pm
דורך קאווע טרינקער
פראפעסאר האט געשריבן:איך בין טאקע א פראפעסאר. איך אליינס בין נישט קיין חרדישער ייד, נאר איך בין שטארק פאראינטערעסירט אין חסידות און אין יידיש, בין איך דא צו לערנען פון אייך.

אייער PhD איז אין...?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 11:22 pm
דורך מאטי
פראפעסאר האט געשריבן:איך בין טאקע א פראפעסאר. איך אליינס בין נישט קיין חרדישער ייד, נאר איך בין שטארק פאראינטערעסירט אין חסידות און אין יידיש, בין איך דא צו לערנען פון אייך.

על הראשונים אנו מצטערים.......

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:18 am
דורך פראפעסאר
קאווע טרינקער האט געשריבן:
פראפעסאר האט געשריבן:איך בין טאקע א פראפעסאר. איך אליינס בין נישט קיין חרדישער ייד, נאר איך בין שטארק פאראינטערעסירט אין חסידות און אין יידיש, בין איך דא צו לערנען פון אייך.

אייער PhD איז אין...?


מיין PHD איז אין יידישע לימודים, ספעציפיש: "יידישע שפראכן און ליטעראטור נאך די תקופה פון תנ"ך"...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:24 am
דורך פראפעסאר
מאטי האט געשריבן:
פראפעסאר האט געשריבן:איך בין טאקע א פראפעסאר. איך אליינס בין נישט קיין חרדישער ייד, נאר איך בין שטארק פאראינטערעסירט אין חסידות און אין יידיש, בין איך דא צו לערנען פון אייך.

על הראשונים אנו מצטערים.......


נו, איך שפיר אז איר רעדט דא עפעס סארקאסטיש, נאר איך פארשטיי נישט דווקא וואס איר זענט אויסן, קענט איר מיר דערקלערן וועל איך שוין געהאט געלערנט עפעס!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:33 am
דורך ישראל קאפקע
פראפעסאר האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:
פראפעסאר האט געשריבן:איך בין טאקע א פראפעסאר. איך אליינס בין נישט קיין חרדישער ייד, נאר איך בין שטארק פאראינטערעסירט אין חסידות און אין יידיש, בין איך דא צו לערנען פון אייך.

על הראשונים אנו מצטערים.......


נו, איך שפיר אז איר רעדט דא עפעס סארקאסטיש, נאר איך פארשטיי נישט דווקא וואס איר זענט אויסן, קענט איר מיר דערקלערן וועל איך שוין געהאט געלערנט עפעס!

איך פארשטיי אויך נישט וואס ער מיינט, נא מאטי זייט מסביר,

אידישע שפראכן נאך די תקופה פון תנ"ך,
וועלכע אידישע שפראכן פונעם חורבן ביז אידיש טויזנט יאר צוריק?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:35 am
דורך בשבילי!
מאטי מיינט פראפעסאר שפירא,

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:37 am
דורך רויטע וואנצעס
פראפעסאר'ס וועבזייטל: http://justinjaronlewis.wordpress.com/
נאך: http://home.cc.umanitoba.ca/~lewis2/

פון זיין וועבסייט:

This is the home page for Justin Jaron Lewis, at the University of Manitoba. Welcome to my world.

I am an Associate Professor in the Department of Religion, and some of my courses also count for credit in Judaic Studies or Central and East European Studies. I teach Religion and Sexuality, Storytelling and Religion, and most of our department’s courses on Judaism. For the most recent course listings see Teaching.

My research is mostly about storytelling and Judaism, usually both at the same time. See Research for updates on my work in progress. Most of my published work can be accessed at academia.edu. I maintain two other WordPress sites for specific projects: Thoughts On Death (Menakhem Oldendorf, 1504), a gem of early Yiddish literature; and The Aramaic Language of the Zohar.

Not everything I write is of an academic nature. Some other work will be posted from time to time in Writing. And here is a personal note.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:40 am
דורך יאיר
מהו דעתייכו, מה שייתיה דפרופסרי להכי? אנא חשיב דאיהו מרגל, ומטרתיה דליכול קורצא בי מלכא.
(אנא מדברנא בלשן ארמאי מתובל בלישנא דגמרא, כי היכי דהאי פרופסרי לא לידע מה אנא קאמר).

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:42 am
דורך קאווע טרינקער
.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:43 am
דורך אבטולמוס
שלום עליכם, [tag]פראפעסאר[/tag]!
כ'זע אז איר טראגט מיט זיך אן אינטערעסאנטער געשיכטע, אויפוואקסנדיג א קאטאליק, און שפעטער ווי א רעפארם איד. עס וואלט געווען אינטערעסאנט אויב איר קענט דערציילן איבער אייך. אבער דערווייל מאכט אייך באקוועם, זייט אונז משפיע פון אייער עקספערטיז.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:44 am
דורך אבטולמוס
יאיר האט געשריבן:מהו דעתייכו, מה שייתיה דפרופסרי להכי? אנא חשיב דאיהו מרגל, ומטרתיה דליכול קורצא בי מלכא.
(אנא מדברנא בלשן ארמאי מתובל בלישנא דגמרא, כי היכי דהאי פרופסרי לא לידע מה אנא קאמר).

דער פראפעסאר שיינט פונקט צו זיין א מומחה אויף אראמיש...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:45 am
דורך קאווע טרינקער
יאיר האט געשריבן:מהו דעתייכו, מה שייתיה דפרופסרי להכי? אנא חשיב דאיהו מרגל, ומטרתיה דליכול קורצא בי מלכא.
(אנא מדברנא בלשן ארמאי מתובל בלישנא דגמרא, כי היכי דהאי פרופסרי לא לידע מה אנא קאמר).

אלא וודאי ידע כלא, כמה דאת אמר באנפין דיליה דשליט בארמאי ובידישאי.

ראובן מכה.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:50 am
דורך פראפעסאר
אבטולמוס האט געשריבן:שלום עליכם, [tag]פראפעסאר[/tag]!
כ'זע אז איר טראגט מיט זיך אן אינטערעסאנטער געשיכטע, אויפוואקסנדיג א קאטאליק, און שפעטער ווי א רעפארם איד. עס וואלט געווען אינטערעסאנט אויב איר קענט דערציילן איבער אייך. אבער דערווייל מאכט אייך באקוועם, זייט אונז משפיע פון אייער עקספערטיז.


איר זענט באהאוונט מיט גוגל זע איך!
אבער, האבן מיר נישט געלערנט אז מע טאר נישט אויסזאגן אז עמעצער איז א גר? אדער בין איך זיך תועה?
סיי ווי, איר זענט זיך תועה זאגנדיק אז איך בין געווארן א רעפארם ייד, איך בין שוין געווען דער רב פון א רעפארם קהילה אבער איך אליינס בין געווארן און בין עד היום סתם א ייד.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:50 am
דורך ישראל קאפקע
דליכול קורצא?
וואס מיינט קורצא?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:53 am
דורך קאווע טרינקער
פראפעסאר האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:שלום עליכם, [tag]פראפעסאר[/tag]!
כ'זע אז איר טראגט מיט זיך אן אינטערעסאנטער געשיכטע, אויפוואקסנדיג א קאטאליק, און שפעטער ווי א רעפארם איד. עס וואלט געווען אינטערעסאנט אויב איר קענט דערציילן איבער אייך. אבער דערווייל מאכט אייך באקוועם, זייט אונז משפיע פון אייער עקספערטיז.


איר זענט באהאוונט מיט גוגל זע איך!
אבער, האבן מיר נישט געלערנט אז מע טאר נישט אויסזאגן אז עמעצער איז א גר? אדער בין איך זיך תועה?
סיי ווי, איר זענט זיך תועה זאגנדיק אז איך בין געווארן א רעפארם ייד, איך בין שוין געווען דער רב פון א רעפארם קהילה אבער איך אליינס בין געווארן און בין עד היום סתם א ייד.

*טועה,
תועה מיינט געבלאנשזעט

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:54 am
דורך רויטע וואנצעס
[tag]פראפעסאר[/tag], ס'איז א כבוד צו האבן אזא איינער ווי אייך בינינו, טייל חסידים פונקט ווי טייל נישט חסידים זענען ציניקער, נעמט עס נישט פרעזענדליך. אלזא, מיר אלע זיצן מיט אפענע אויערען צו הערן פון אייך.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:02 am
דורך יאיר
פראפעסאר האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:שלום עליכם, [tag]פראפעסאר[/tag]!
כ'זע אז איר טראגט מיט זיך אן אינטערעסאנטער געשיכטע, אויפוואקסנדיג א קאטאליק, און שפעטער ווי א רעפארם איד. עס וואלט געווען אינטערעסאנט אויב איר קענט דערציילן איבער אייך. אבער דערווייל מאכט אייך באקוועם, זייט אונז משפיע פון אייער עקספערטיז.


איר זענט באהאוונט מיט גוגל זע איך!
אבער, האבן מיר נישט געלערנט אז מע טאר נישט אויסזאגן אז עמעצער איז א גר? אדער בין איך זיך תועה?
סיי ווי, איר זענט זיך תועה זאגנדיק אז איך בין געווארן א רעפארם ייד, איך בין שוין געווען דער רב פון א רעפארם קהילה אבער איך אליינס בין געווארן און בין עד היום סתם א ייד.

פראפעסאר, א רעפארם איד איז דען נישט סתם א ייד?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:09 am
דורך פראפעסאר
פראפעסאר, א רעפארם איד איז דען נישט סתם א ייד?[/quote]

איך אידענטיפיציר זיך נישט אלץ רעפארם ייד אדער אלץ סיי וואס פארא געוויסע מין ייד. על פי הלכה בין איך א ייד צווישן יידן, און דאווענען דאוון איך אין אלע סארטן שולן. נאר דאס מיין איך.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:13 am
דורך פראפעסאר
קאווע טרינקער האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אלא וודאי ידע כלא, כמה דאת אמר באנפין דיליה דשליט בארמאי ובידישאי.

ראובן מכה.


ובידישאי :lol:

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:14 am
דורך I'm back
פראפעסאר האט געשריבן:פראפעסאר, א רעפארם איד איז דען נישט סתם א ייד?


איך אידענטיפיציר זיך נישט אלץ רעפארם ייד אדער אלץ סיי וואס פארא געוויסע מין ייד. על פי הלכה בין איך א ייד צווישן יידן, און דאווענען דאוון איך אין אלע סארטן שולן. נאר דאס מיין איך.[/quote]

פילייכט באלאנגט איר אין איי-וועלט.?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:18 am
דורך פראפעסאר
ישראל קאפקע האט געשריבן:אידישע שפראכן נאך די תקופה פון תנ"ך,
וועלכע אידישע שפראכן פונעם חורבן ביז אידיש טויזנט יאר צוריק?


אזוי האט מיין PHD געהייסן
בלע"ז
Post-Biblical Jewish Language and Literature
אבער באמת האב איך נאר געלערנט פארשיידענע ספרים אויף לשון-קודש און גמרה-לשון און יידיש. קיין שום אראביש למשל האב איך קיינמאל נישט געלערנט. און קיין גרויסער מבין בין איך נישט, נאר אן ענטוזיאסט, כ'האב ליב גמרה און מדרש און זוהר און חסידות און כ'האב אלץ חשק צו לערנען מער.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:21 am
דורך פראפעסאר
I'm back האט געשריבן:
פראפעסאר האט געשריבן:
איך אידענטיפיציר זיך נישט אלץ רעפארם ייד אדער אלץ סיי וואס פארא געוויסע מין ייד. על פי הלכה בין איך א ייד צווישן יידן, און דאווענען דאוון איך אין אלע סארטן שולן. נאר דאס מיין איך.


פילייכט באלאנגט איר אין איי-וועלט.?


אוי, איך פארשטיי נישט! וואס מיינט איי-וועלט, די וועלט פון הינער-אייער? :)