בלאט 1 פון 1

דער מענטשליכער צושטאַנד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:46 pm
דורך רויטע וואנצעס
צובראכן, פארלאשן, טרויער, שווארץ,
טריקן, יאוש, צעריסען הארץ,
טיף, קאלט, שמוציג, לעהר,
שוואך, פאלוירן, נאס פון טרער.

נערוועז, אומרואיג, אנגעצויגן,
שיף, שוויץ, רוקן געבויגן,
פארוואס, ווען, און ווי,
געקלאפט, פארלוירן, צער, און מי.

הייס, פייער, געשריי, און כעס,
ליידיג, נידריג, נישטא קיין דעת,
קריג, קלאפן, און שולד,
שנאה, קנאה, די אויגן ווילד.

תאוה, טינקל, זיס, און היץ,
הרהורים, קוקן, עבירה, און שמוץ,
אברים, אויגן, הנאה, און הארץ,
חרטה, יאוש, שברון, און שווארץ.

לוסטיג, פרייליך, הויעך, און ריין,
אפען, ליכטיג, ברייט, און שיין,
געשמאק, תענוג, און זיס,
חברים, ידידים, אחדות, און שמועס.

אהבה, חסד, מידות, און געבן
צדקה, ישרות, און לעבן
צו גאט, צו זיך, און צו לייט,
שמייכעל, ליבשאפט, און גוטסקייט.

רואיג, געלאסן, איידל, שטיל,
צופרידן, בנחת, גוטע געפיהל,
פאזעטיוו, געדולד, מתינות, און שלוה,
סבלנות, מנוחה, קלאר, און אהבה.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm
דורך יאיר
:like
וואו קען איך זיך איינשרייבן צו באקומען דעם מאגאזין?

פליסן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 2:47 am
דורך רויטע וואנצעס
פון מחשבה צו די אויגן

טרערן פליסן

פון די הארץ צו די גלידער

בלוט טוט פליסן

פון מח צו די מרה

שחורה טוט פליסן

פון די הארץ צו די פיס

א פריילעך טענצל טוט פליסן

פון די אויערן צו די נערוון

מוזיק טוט פליסן

פון די נאז צום עסן

אפעטיט טוט פליסן

פון די אויגן צו קינדער

אהבה טוט פליסן

פון די האלז צו די ליפן

שפראך טוט פליסן

פון די געדאנקן צו די פינגער

פאעזיע טוט פליסן.