אמת, האלב וועלט קען מען היינט טרעפן אויף גוגל. אבער דאך בלייבט איבער די אנדערע העלפט. און אפילו צו [tag]אבטולמוס[/tag]'ס געוואלדיגע פארש פעאיגקייטן איז דא א גבול. עפן איך דעם אשכול פאר די צייטן ווען מיר דארפן הילף אין טרעפן מקורות פון אלטע ליטעראטור אדער גאר די ליטעראטור אליין. (copied and pasted)
איך זיך יעצט אן אלטע פאעמע וואס איז געווען אין די ליכט שטראלן אין די ל יארן. עס האט זיך גערעדט פון א מלמד וואס פלעגט אריין קוקן אין מענדעלסאהן'ס ביאור און צום סוף זענען אלע זיינע קינדער ארויס לתרבות רעה.
דאס איז א חלק פון פזמון:
מילא ווערן א קל,
ליידער פאסירט אזא זאך,
אבער אזוי, פון איין עק צום צווייטן,
דאס איז שוין גארנישט איינפאך!
אויב איינער ווייס ווי איך קען דאס געפונען וואלט איך געווען געוואלדיג דאנקבאר.
הילף אין טרעפן מקורות פון אלטע ליטעראטור
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
אוי די ליכט שטראלען, זיס ווי צוקער.
די מעשיות פין ר' לייב שרה'ס ווי ער האט זיך געשפילט מיט'ן קעניג. כ'בין דאך געוועהן אזוי העפי צו זיין א איד.
די מעשיות פין ר' לייב שרה'ס ווי ער האט זיך געשפילט מיט'ן קעניג. כ'בין דאך געוועהן אזוי העפי צו זיין א איד.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איחוד פעלד האט געשריבן:אוי די ליכט שטראלען, זיס ווי צוקער.
די מעשיות פין ר' לייב שרה'ס ווי ער האט זיך געשפילט מיט'ן קעניג. כ'בין דאך געוועהן אזוי העפי צו זיין א איד.
הוא אשר דיברתי: אין אן אנדערן אשכול. אז מעשיות פון צדיקים וואס מ'פארציילט פאר קינדער מוזן נישט זיין 100% אינגאנצן פונקטליך אמת. א קינד פרייט זיך צו הערן די מעשיות און זיין דמיון צושפילט זיך. ער האט צייט שפעיטער ווען ער וואקסט אויף, מבקר צו זיין צו די מעשה איז אמת אדער נישט...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 129
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:אוי די ליכט שטראלען, זיס ווי צוקער.
די מעשיות פין ר' לייב שרה'ס ווי ער האט זיך געשפילט מיט'ן קעניג. כ'בין דאך געוועהן אזוי העפי צו זיין א איד.
הוא אשר דיברתי: אין אן אנדערן אשכול. אז מעשיות פון צדיקים וואס מ'פארציילט פאר קינדער מוזן נישט זיין 100% אינגאנצן פונקטליך אמת. א קינד פרייט זיך צו הערן די מעשיות און זיין דמיון צושפילט זיך. ער האט צייט שפעיטער ווען ער וואקסט אויף, מבקר צו זיין צו די מעשה איז אמת אדער נישט...!
צדיקים פלעגן זאגען אויף שבחי בעל שם מעשיות "איך ווייס נישט אויב עס איז טאקע געשעהן אבער עס האט געקענט געשעהן" ודפ"ח