בלאט 1 פון 1

הקמת המציבה - לייבי קלעצקי

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 11:17 pm
דורך זר זהב
פארגעקומען היינט אין דיען ניו דזשוירסי, א חודש פאר די ערשטע יארצייט. אוי טאטע טאטע וויפיל איז דער גבול וויזוי קען זיין אז די גלעזעל איז נאך נישט פיהל :cry:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=tiSDe9DlG4s[/youtube]

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 5:57 pm
דורך לעמיל
עס איז דא א ענין צו לייגען א מציבה ביי די 11 חדשים? איך האב געמיינט אז אדער ביי די ענד פין די שבעה אדער שלושים אדער ביים יארצייט? א נייע זאך 11 חדשים??

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 6:02 pm
דורך שמיטה
די נוסח אויפן מציבה שילדערט היבש גוט די טראגעדיע וואס האט זיך אפגעשפילט. עס וועקט אויף די קאשמארע זכרונות.

א קליין אינגל איז נעלם געווארן אויפן וועג אהיים פון חדר... די גאנצע שטאט גייט אויף רעדער... מ'זוכט און מ'נישטערט בייטאג און ביינאכט... ביז ביז ס'איז ליידער באקאנט געווארן די אומדערטרעגליכע ביטערע מציאות...

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים. ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 6:04 pm
דורך שמואל הלוי
מערקווירדיג; ס'שטייט נישט נפטר אדער נהרג, נאר "נספה".

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 6:22 pm
דורך שמיטה
שמואל הלוי האט געשריבן:מערקווירדיג; ס'שטייט נישט נפטר אדער נהרג, נאר "נספה".

אויך באמערקט דעם אויסדרוק. וואס איז די גענויע אפטייטשט פון דעם ווארט?

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 7:28 pm
דורך יידל
נספה טייטש perished, אומגעקומען. מ'ניצט עס געווענליך אויף די וואז זענען אומגעקומען עקה"ש אדער און א פייער, עקסידענט וכדו'.

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 7:32 pm
דורך געפילטע פיש
שמיטה האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:מערקווירדיג; ס'שטייט נישט נפטר אדער נהרג, נאר "נספה".

אויך באמערקט דעם אויסדרוק. וואס איז די גענויע אפטייטשט פון דעם ווארט?

ויש נספה בלא משפט
מצודות: "נספה" - ענין מיתה כמו אני נאסף אל עמי (בראשית מט)

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 7:35 pm
דורך משולם שטיינפעלד
וואס איז פשט פון נגינה ביי א הקמת מציבה?

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 7:39 pm
דורך געפילטע פיש
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:וואס איז פשט פון נגינה ביי א הקמת מציבה?

זעהט אויס אז הרב אייזענבערג האלט אז דאס וועט דערקוויקן דעם אומגליקליכן טאטע.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 2:10 pm
דורך קרעקער
אדער האט ער געהאלטען סוועט דערקוויקען עם אליינס

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 3:18 pm
דורך chasid
קרעקער האט געשריבן:אדער האט ער געהאלטען סוועט דערקוויקען עם אליינס

אדער האסטו געמיינט אז דו מוזט עפעס שרייבן

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 3:30 pm
דורך געפילטע פיש
chasid האט געשריבן:
קרעקער האט געשריבן:אדער האט ער געהאלטען סוועט דערקוויקען עם אליינס

אדער האסטו געמיינט אז דו מוזט עפעס שרייבן

משא"כ דו האסט געמיינט אז...?

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 3:34 pm
דורך משמרת
דערמאנונג: ביטע זיך האלטן צום נושא!