בלאט 1 פון 1

ריזשין-צאנז שידוך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:17 am
דורך הדד בן בדד
איך ווייס נישט פונקטליך ווי אזא אשכול באלאנגט, אבער אזוי ווי טייל דערפון איז דאך נייעס וועל איך עס לייגן דא און לאזן פאר די מנהלים צו באשליסן.

אין לעיקוואד איז פאריגען ליל שישי געשלאסן געווארן א שידוך צווישן ריזשין און צאנז. דער סאדיגורא'ער רבי האט א שידוך געטון מיט זיין זוהן מיט די טאכטער פון הרב האלבערשטאם, פאקשעווניץ'ער רב פון לעיקוואוד, בן הגה"צ אב"ד פאקשעווניץ זצ"ל בן הרה"ק בעל קדושת ציון מ'באבוב.

הגם איך בין זיכער אז דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס אייניקלעך פון די צוויי הויפן האבן זיך משדך געווען צווישן זיך, וואלט אבער געווען אינטערעסאנט ארויפצוברענגען דעם טעמע, וויפיל אזעלכע שידוכים עס זענען שוין געווען און צו די נעמען זענען טאקע געווען די אריגינעלע נעמען אזוי ווי דא, פרידמאן מיט האלבערשטאם.

סתם צו באמערקן, איז אינטערעסאנט אנצוצייגן אז רביצין האלבערשטאם, די מאמע פון די כלה, איז געווען בזוו"ר חתונה געהאט צום סטאלינער רבי'ן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:16 am
דורך ימי קדם
צאנזער און רוזינער אייניקליך איז דא אין די הונדערטער, ואני הקטן בתוכם. די ערשטע צאנז רוזין שידוך כפי ידיעתי איז געווען רבי ברוכ'ל סערעטער בזיווג שני.
פרידמן און הלברשטאם דאס איז שוין יא עפעס. איך ווייס טאקע נישט פון קיין אנדערע.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:32 am
דורך ראש המדברים
א צאנזער אייניקל וואס גייט אנגעטוען ווי די ריזשינער קינדער איז נישט קיין צאנזער אייניקל
אויב אזוי מה כל הרעש? מיינסטו טאקע אז צאנזער רב האט פיינט געהאט די משפחה נאמען פרידמאן?
צאנזער רב איז ארויס קעגען זייער לבוש און מהלך החיים כידוע איז וואס איז דער חידוש פון דעם שידוך אדער אלע אנדערע שידוכים?
אין מיינע אויגן איז עס ריזשינער אייניקלעך פון ביידע זייטן

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:37 am
דורך מ גפני
דער רעש טוט זיך ווען די זיידעס - די אייניקלעך פון די צוויי גרויסע צדיקים - די וואס האבן צוגעגאסן אויל צום פייער קומען אראפ פון יענע וועלט צום חתונה פון זייערע אייניקלעך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:46 am
דורך אפטעמיסט
:lol:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:55 am
דורך איך אויך
דערמאנט מיר גירסא דינקותא ,ווען זי האט זיך גגט פונעם קארלינער האט זי געגבן זייער א שמוציגע ראיון פאר מעריב אדער ידיעות איך געדענק נישט די פרטים אבער די קעפל איז געווען 'אין אינצ' בגופי שהוא לא נישק'.
אינטרעסאנט ווי צייט איז די בעסטע היילונג און היינט הייסט זי שוין גענוג א חשובע רעביצין פארען סאדיגערער.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:58 am
דורך לית דין בר נש
[tag]ראש המדברים[/tag]
You hit it on the button
און ספיציעל ביי דער משפחה

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:06 am
דורך נהורא נפישא
אבטולמוס האט געשריבן:היינט איז דאך יעדער שוין סייווי מודה אז די ריזינער שיטה איז געווען גערעכט, והא ראיה אז אפילו אין חסידיות וואס זענען נשפע פון צאנז דורך און דורך (ווי סאטמאר, באבוב, קלויזענבורג) פירן זיך די אדמו"רים בגינוני מלכות, און מיט ענדלאזע רייכטומען.

די אלע אויבנדערמאנטע רביים געהערן זיך אן אלס אייניקלעך פון מלכות טשערנאבל, ( זיי זענען אייניקלעך פון ר'מאטעלע הארניסטייפלער, ווי אויך די קלויזענבורגער בזיוו"ר ) וואס איז כידוע די המשך פון מלכות בית דוד.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:16 am
דורך איחוד פעלד
אוי וויי, מלכות בית דוד איז מלכות סאטמאר!

און אויף דעם בעט מען את צמח דוד תצמיח.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:23 am
דורך נהורא נפישא
איחוד פעלד האט געשריבן:אוי וויי, מלכות בית דוד איז מלכות סאטמאר!

און אויף דעם בעט מען את צמח דוד תצמיח.

וועגן דעם איז דא טייל מענטשן וואס זאגן נישט די ברכה.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:08 pm
דורך כוכב
אבטולמוס האט געשריבן:היינט איז דאך יעדער שוין סייווי מודה אז די ריזינער שיטה איז געווען גערעכט, והא ראיה אז אפילו אין חסידיות וואס זענען נשפע פון צאנז דורך און דורך (ווי סאטמאר, באבוב, קלויזענבורג) פירן זיך די אדמו"רים בגינוני מלכות, און מיט ענדלאזע רייכטומען.

ענדלאזע רייכטומען איז א גוזמא. זעלטן געזען א רבי מיט א לעמבוגיטי אדער אפדינגען א יאכט שיף, וכבר נתבאר הדק היטב ע''י רבינו [tag]לעיקוואד[/tag] אז ס'איז נישט מער ווי נארמאל אז א רבי און איש ציבור זאל פארן אין עטוואס א בעסערע קאר, ככל פאליטישאן ואיש מפורסם, ויבוא המלנקקים וילנקקו.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:45 pm
דורך berlbalaguleh
מ גפני האט געשריבן:דער רעש טוט זיך ווען די זיידעס - די אייניקלעך פון די צוויי גרויסע צדיקים - די וואס האבן צוגעגאסן אויל צום פייער קומען אראפ פון יענע וועלט צום חתונה פון זייערע אייניקלעך

זעצט מען זיי אין צוויי באזונדערע עקן פונ'ם אויבנאן. כבר היה לעולמים. און ווען צוויי ברידערס, רבי'ס, פון די זעלבע גזע קומען צו א חתונה... :roll:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:50 pm
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:אוי וויי, מלכות בית דוד איז מלכות סאטמאר!

און אויף דעם בעט מען את צמח דוד תצמיח.

נעין. איך בין נישט מסכים. מלכות בעיס דאוויד איז אין ראקלענד קאונטי. ביי רט.45. סמוך ונראה צו רט. 80. ס'העיסט אין גלילעס...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 6:36 pm
דורך הדד בן בדד
איך אויך האט געשריבן:דערמאנט מיר גירסא דינקותא ,ווען זי האט זיך גגט פונעם קארלינער האט זי געגבן זייער א שמוציגע ראיון פאר מעריב אדער ידיעות איך געדענק נישט די פרטים אבער די קעפל איז געווען 'אין אינצ' בגופי שהוא לא נישק'.
אינטרעסאנט ווי צייט איז די בעסטע היילונג און היינט הייסט זי שוין גענוג א חשובע רעביצין פארען סאדיגערער.


זעהט אויס דיין גירסא דינקותא ארבעט נישט גוט, פריער טשעק אויס דיין גירסא איידער דו בארעדסט א חשוב'ע רביצין ברבים.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 7:09 pm
דורך איך אויך
וואס הייסט? וועלכע חלק איז נישט ריכטיג?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 7:40 pm
דורך הדד בן בדד
קיין איינס נישט. עס איז נישט געווען ביים גט, עס איז נישט געווען אן אינטערוויו און עס איז נישט געווען מיט זיין רביצין בזוו"ר.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:36 pm
דורך berlbalaguleh
הדד בן בדד האט געשריבן:קיין איינס נישט. עס איז נישט געווען ביים גט, עס איז נישט געווען אן אינטערוויו און עס איז נישט געווען מיט זיין רביצין בזוו"ר.

איך געדענק אבער יא אזא לשון וואס די געוועיזענע סטאלינער רביצ'ן האט געגעיבן אויפ'ן העיליגן רעבי'ן... :roll:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:26 am
דורך הדד בן בדד
berlbalaguleh האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:קיין איינס נישט. עס איז נישט געווען ביים גט, עס איז נישט געווען אן אינטערוויו און עס איז נישט געווען מיט זיין רביצין בזוו"ר.

איך געדענק אבער יא אזא לשון וואס די געוועיזענע סטאלינער רביצ'ן האט געגעיבן אויפ'ן העיליגן רעבי'ן... :roll:


עפעס געדענקסטו אבער דו געדענקסט נישט גוט. עניוועי, דער אשכול איז נישט איבער דעם, און איך וויל נישט עס זאל פארפארן צו יענעם נושא, אז דו ווילסט קענסטו עפענען א אשכול איבער דעם. וואס דו געדענקסט איז אז א צייטונג האט געשריבן אז זי האט אמאל אזוי געזאגט. פיין. און איך וועל שרייבן אז בערל בעל עגלה האט אמאל געזאגט עפעס אנדערש, יעצט גיי און ווענד עס אפ.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:11 am
דורך הדד בן בדד
נעכטן נאכט פארגעקומען די חתונה. האט איינער אפשר עפעס בילדער?