בלאט 1 פון 1

לוט'ס ווייב

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:48 am
דורך ישמעאל הכהן
הייליגער לויט איז געגאנגען אונטער ג-ט'ס מלאך
ער זעט אויס גרויס און ליכטיג אויף א בארג, ריזיג און שווארץ

אבער דאס הארץ פון זיין פרוי פלאטערט שטארקער און פרעמדער:
''עס איז נאך נישט זייער שפעט,
דו האסט נאך צייט צו קוקן אויף צוריק.
צו דיע רויזיגע טורעמען פון דיין מוטער היים סדום
די פאלאץ וואו דו האסט געזונגען,
און די הויף וואו דו האסט געשפאנט''

זי האט געקוקט - און אירע אויגן זאפארט געבינדען
אין שמערצן - זיי קענען מער נישט זעהן בכלל.
אירע פיס פארשטיינערט,
איר גוף פארטוישט צו א זויל פון זאלץ

ווער וועט באוויינען איר ווי איינע פון לוט'ס פאמיליע מיטגליד?
שיינט זי נישט צו זיין פון די קלענסטע פארלוסטן צו אונז?
אבער טיף אין מיין הארץ איך וועל אייביק געדענקען
איינער וואס האט איר לעבן אויפגעגעבן פאר איין איינציק בליק

Anna Akhmatova

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:36 am
דורך לעיקוואד
שכויעח, דאס האסטו איבערגעטייטש?
דא האט איר דער מקור http://www.poets.org/poetsorg/poem/lots-wife

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:39 am
דורך ישמעאל הכהן
ישר. איך האב נאכגעשריבן דיע, ס'א משהו אנדערש

http://www.poetrysoup.com/famous/poem/11/lots_wife

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:21 am
דורך לעיקוואד
אה איך זעה, כ'האב זיך טאקע געוואונדערט, איך כאפ יעצט אז די ענגליש איז שוין אויך א תרגום, דארף מען איינער וואס קען רוסיש זאל אונז מגלה זיין וועלכע פון די תרגומים זענען מער קרוב אל האמת.