בלאט 1 פון 1

האב איך געקלערט אז ס'קען אפשר זיין

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:57 pm
דורך ישמעאל הכהן
נאר בעלי דרשנים און רעביס מעגן קלערן? יעדער קלערט עפעס אמאל.

איך האב געקלערט אז ס'עקזיסטירט נישט 'כמעט' קיין ריינע שקר, יעדע ליגענט האט ערגעץ וואו אמת כאפט זיך אריין. למשל אז איינער זאגט אז טרויבן וואקסט פון דער ערד אדער למשל ער זאגט אז גאלד איז גרין, האט ער געזאגט א אמת'ער ליגענט. סאיז נישט נישט קיין פאלשע ליגענט, ס'איז אמת ליגענט, ווייל טרויבן וואקסט פון בוים און גאלד איז גאלד. דאס ביסעלע אמת ארום דעם ליגענט גיט חיות אז ס'זאל בכלל קענען געזאגט און געהערט ווערן, אפילו ס'ווערט נישט דערהערט.

זאל דער באשעפער העלפן אז שקר זאל באגראבן ווערן און ס'זאל זיין אמת מארץ תצמח בב"א.

וואס קלערט איר?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:04 pm
דורך יואב
איך קלער אז אויב שקר זאל באמת באגראבן ווערן, וואס וועט זיין מיט דעם ביסל אמת וואס קלעבט ארום דעם שקר. איז דאס אמת אז דעם אמת וועט מען באגראבן צוזאמען מיטן שקר, אדער איז דאס שקר. און אויב ס'איז טאקע שקר, איז דאס שקר ממש, אדער גענוי ווי שקר סתם האט דאס אויך עפעס אמת?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 12:20 am
דורך [NAMELESS]
איך זעה נישט ווי די צילסט אבער איין זאך קען איך דער זאגן די קלערסט סאך בעסער פון די אלע בעלי דרשנים

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:21 pm
דורך ישמעאל הכהן
עפרון ווי באקאנט האט זייער ליעב געהאט געלט האב איך געקלערט אז ס'אפשר מרומז אין זיין נאמען 'עפרון', די סופי תיבות פון יעדע אות פון עפרון: עי''ן איז נו''ן, פ''א איז אל''ף, רי''ש איז שי''ן, וא''ו איז וא''ו, נו''ן איז נו''ן. דאס איז 'נאשון'. נאשון באטרעפט מספר קטן 20, ''ממון'' במספר קטן מיט די כולל איז אקוראט 20!
ליכא מילא דלא רמיזא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 9:10 pm
דורך berlbalaguleh
ישמעאל הכהן האט געשריבן:עפרון ווי באקאנט האט זייער ליעב געהאט געלט האב איך געקלערט אז ס'אפשר מרומז אין זיין נאמען 'עפרון', די סופי תיבות פון יעדע אות פון עפרון: עי''ן איז נו''ן, פ''א איז אל''ף, רי''ש איז שי''ן, וא''ו איז וא''ו, נו''ן איז נו''ן. דאס איז 'נאשון'. נאשון באטרעפט מספר קטן 20, ''ממון'' במספר קטן מיט די כולל איז אקוראט 20!
ליכא מילא דלא רמיזא

נאר נישט א יעדער איד אזא גוטער מאטעמאטישן...!
באופן אחר יש לפרש: גנב איז בגימטריא 55. צוזאמען מיט'ן כולל איז עס 56. כ'האב א דרוש נפלא אויף דעים. נאר דאס גייט שוין אריין אין די סתרי תורה...