נאך זיבן און פופציג שעה וואס עס האט געארבעט איז די ראבאט אריין אין הייבערנעישאן, האפנטליך צו ווערן אויפגעוועקט ערגעץ וואו אין די צוקונפט.
דא קען מען זען צוויי בילדער פון דעם קאמעט געכאפט דורך ראזעטע, איינס פאר די ראבאט האט געלאנדעט און איינס נאכדעם.
א פאנאראמיש בילד פון דעם קאמעט געכאפט דורך פילעא אייניגע סעקונדעס בעפאר'ן לאנדן.אין
אנדערע נייעס, איז איינער פון די הויפט סייענטיסטן וואס האבן אנגעפירט מיט דעם פראיעקט געווארן ארונטערגעריסן פאר'ן טראגן א העמד מיט בילדער פון האלב נאקעטע נשים ר"ל, וואס ווערט באטראכט אלס אפענסיוו און א פאטענציאלער מכשול און גרויסע עבירה לויט טייל אויטאריטעטן אינערהאלב די פעמיניסטישע רעליגיע. דער באטרעפנדער סייענטיסט האט זיך זינט דאן אנטשולדיגט מיט טרערן אין די אויגן, און די דעזיינער פון דעם העמד, וועלכע איז גראדע א פרוי, וואס האט אים עס דעזיינט לכבוד זיין געבורטסטאג א חודש צוריק, האט געשריבן א שיינער בריוול וואו זי פארטיידיגט אים אלס א סענסיטיווער העכסט אנשטענדיגער מענטש.
מאנכע גיבן דערמיט צו פארשטיין פארוואס פרויען ווערן נישט אייניג רעפרעזענטירט אין די סייענטיפישע קאמיוניטי; די גאנצע וועלט איז אויף מיט א היסטארישע, ערשטמאליגע לאנדונג אויף א קאמעט, און די פרויען זענען פארנומען מיט... א קליידל.