בלאט 1 פון 1

אלעקס פון טארגעט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 7:42 pm
דורך יין שרף
מען הערט אמאל אמאל אז איינער געווינט א לאטערי און ווערט איבערנאכט א וועלט בארימטע מיליאנער. צומאל הערט מען איינער ווערט א העלד איבערנאכט נאכן דורכפירן עפעס א העלדישע שריט וועלכע האט געצויגן העדליינס און ער ווערט איבערנאכט וועלט-בארימט.
אבער פארן גארנישט טוהן, בלויז פאקן שאפינג-בעגס אין א געשעפט ווערט מען וועלט בארימט? יא, אט דאס האט פאסירט מיט "אלעקס פון טארגעט"

'אלעקס קריסטאפער לעבאעף', זעכצן יאר-אלט, איז א פשוטע קעשיר אין איינער פון די ריזיגע 'טארגעט' קייט-געשעפטן אין טעקסאס.
איין טאג האט א פרוי געכאפט א בילד ווי אלעקס פאקט איר שאפינג און עס ארויסגעשיקט אויף איר טוויטער אקקאונט. א צווייטער אקקאונט האט עס ריטוויטעט און צוגעשריבן די היינט-פאפולערע העשטעג #אלעקספוןטארגעט

די בילד איז געגאנגען ווילד, און האט זיך בליץ-שנעל צושפרייט אויף טוויטער ווי שווערע טויזענטער האבן געשיקט טוויטס מיט די העשטעג 'אלעקס-פון-טארגעט'
ALEXFROMTARGETTWEET1.jpg

אלעקס האט פארדינט איבער דריי-הונדערט טויזענט חסידים אויף טוויטער און איבער 2.4 מיליאן! חסידים מעריצים אויף אינסטיגראם אין ווינציגער ווי 24 שעה!

צענדליגע קאפי-קעטס האבן פרובירט נאכצוטאנצן דעם שגעון און צענדליגע העשטעגס איז געבוירן געווארן ווי 'סטיוו פון סטארבאקס' 'אנדרין פון וואלמארט'

די טרענד איז געגאנגען אזוי וויירעל אז די וועלט-בארימטע מידיע-נעצן ווי CNN און BuzzFeed האבן דאס באשריבן. אלעקס איז אויך פארגעשטעלט געווארן אויף די באקאנטע שאו פון רעביצען עלען וועלכע פארמאגט מיליאנען אנהענגער און קוקער.

א פארריקטע וועלט! איינער כאפט א בילד און ווערט פארשפרייט ביי מיליאנען מענטשן אהן קיין סיבה.

#יין_שרף_פון_קאווע_שטיבל...



[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=V4NwTJFOm8M[/youtube]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 8:01 pm
דורך קינד_אן_קייט
האפענטליך וועט אים קיינער נישט איינרעדן אז ער קען גאר זינגען, די לו לעלמא הדין עם דזשאסטין [tag]ביבער[/tag] חדא.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 8:03 pm
דורך ישמעאל הכהן
די סיבה איז, לויט ווי איך האב געליינט, זיינע גוד לוקס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 8:05 pm
דורך קליגער אינגערמאן
יין שרף האט געשריבן:
#יין_שרף_פון_קאווע_שטיבל...



אן א בילד ארבייט עס נישט..

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 8:08 pm
דורך קאסטנער
דעס איז די לעצטע אזא בילד פין אים אין שטארק היסטאריש.
ווייל פין היינט אין ווייטער וועט ער שוין נישט טראגן די תמימות׳דיגע פנים ווי אויפן בילד.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 8:15 pm
דורך קינד_אן_קייט
יש אומרים, אז ס׳איז נישט אזוי פשוט ווי ס׳קומט פאר (ער לייקענט).

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 8:37 pm
דורך איך אויך
נאר צו באמערקן אז רעבעצין עלען איז בעצם רעב עלען.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 9:22 pm
דורך פידלער
Woody Allen has such a shtikel in his film, To Rome with Love. The character played by Roberto Benigni suddenly becomes famous for no reason; then he becomes famous for being famous

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:01 pm
דורך קאסטנער
אלעקס האט פארדינט איבער דריי הינדערט טויזענט חסידים אויף טוויטער איבער 2.4 מיליאן אנהענגער אויף אינסטגרעם אין ...
א גאנצע אשכול אויף קאווע שטיבל.
די נקודה: אינז זעמיר די זעלבע פארנארט ווי א יעדעם אזוי ארבעט עס היינט איינער הייבט אן דרייען דעם דריידל אין עס נעמט זיך דרייען ווי א ראלער קאסטער אן קיין קאנטראל. א יעדער שרייבט ווייל-אז יענער שרייבט.