בלאט 1 פון 1

ספר ליקוטי תורה טשערנוביל

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 12:20 pm
דורך דולה ומשקה
הקדמה:

דער ספר 'ליקוטי תורה' כשמו כן הוא ילקוט מדברי תורתו פון הה"ק רבי מרדכי מטשערנוביל זצ"ל איז געדריקט געווארען אין טשערנוביץ בשנת תר"כ לפ"ק.
דער ספר איז געווארען געדריקט דורך רבי משולם יצחק זוסיא יצחק פון טלאמאטש בן רבי מיכל'ע מקירמא, אייניקעל פון רבי יעקב ישראל מטשארקאס.
דער ספר איז געווארען געדריקט געווארען דריי און צוואנציג יאר נאך דער פטירה פון רבי מרדכי מטשערנוביל. לויט ווי עס זעהט אויס האט דאס רבי מדרכי מטשערנוביל נישט געשריבען, נאר דאס האט תלמידיו ושומעי לקחו געשריבען, אבער דאס אליינס פארלאנגט א שטיקעל באריכות, וויבאלד מיר זעהן אראפ ברענגען אין טריסקא און טאלנא ספרים "כתבי אאמו"ר" צו דאס איז אריין אין דעם 'ליקוטי תורה' אדער נישט.

למעשה דער ספר האט נישט די הסכמה פון די טשערנובלע קינדער, מיטן אויסרייד היות דאס איז געדריקט געווארען אין גאליציע. ס'איז א חידוש. עס פארמאגט די הסכמות פון הרה"ק צאנז סאדיגורא און יאס.

ס'מיר א שטיקעל פליאה איבער דאס נאכזאגען חידו"ת פון דעם ספר ביי די טשערנובלע אייניקלעך (איך רעד נישט פון בעלי מלקטים).

לדוגמא ס'דא דער ספר "פתגמין קדישין" דברות וכו' כ"ק [מסקווירא] שליט"א" שנת תשס"ט. ער האט יענעם יאר בכלל נישט דערמאנט קיין איין דבר תורה פונעם "ליקוטי תורה" הלא דבר הוא,דער מדובר איז דאך פון רבי מרדכי טשערנובלער, איין איינציק מאהל וואס ער האט יא דערמאנט איז אין פרשת בא "כ"ק אאמו"ר זצוקללה"י בשם מרן המגיד מטשערנאביל זצוקללה"ה על הפסוק קדש לי כל בכור וכו'" דער 'תורה' שטייט נישט און דער 'ליקוטי תרה'. יא נאך צוויי מאל ווערט דארט דערמאנט אזוי: דער טוריסק'ער מגיד מביא בשם דער טשערנאבילער מגיד (עי' דף שיח, תקז).

האב איך געמיינט אז דאס איז א איין מאל'דיגע זאך עפעס איין יאר האט אזוי פאסירט, אבער אודך, פתגמין קדישין תש"ע דער זעלבע זאך - דער ספר 'ליקוטי תורה' איז נישט צום געפונען, דער זעלבע תורה אויף 'קדש לי כל בכור וכו' שטייט דא נאך אמאהל, דער זעלבע תורה פון דער טוריסק'ער מגיד.
אבער איין זאך איז צוגעקומען דאס איז און פרשת צו, ווי ער זאגט נאך פונעם 'אור לשמים', און אינצווישען לייגט ער צו וכמו שאמר המגיד מטשערנאביל וכו', דער מו"ל לייגט צו דער מראה מקום: כ"ק מרן אדמו"ר זצוקללה"ה בשם כ"ק המגיד מטשערנאביל, וכעי"ז בספר אור המאיר. הייסט דאס איז אויך נישט פון דער 'ליקוטי תורה'.

פאר עטליכע יאר צוריק איז געדריקט געווארען א ספר בשם 'דברות קודש' פון רבי יעקב יוסף מסקויירא תורות פון עטליכע יאר, דארט טרעפט מען אויך נישט דעם 'ליקוטי תורה'.

איז נפשי בשאלתי האט מען בגזע טשערנאביל אנגענומען דעם ספר אלץ פארלעסליך אדער נישט?
פארוואס דערמאנען זיי דאס נישט און זאגען נישט נאך פון דעם ספר, אלע תורות וואס זיי זאגען יא נאך פון רבי מרדכי טשערנובל'ער קומט פון ערגעץ אנדערש נאר נישט פון דער 'ליקוטי תורה'.

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 2:26 am
דורך חד גדיא
זייער אינטערסאנט. איז דא א סיבה וואס די קענסט קלערן פארוואס זיי בויקאטירן דעם ספר? אין סקווירא איז דאך אלעס חשבונות און מסורות.

Re: ספר ליקוטי תורה טשערנוביל

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 8:38 am
דורך איחוד פעלד
איז באקאטירט מען אויך די תורות וואס זענען געדריקט פין איינעם.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

Re: ספר ליקוטי תורה טשערנוביל

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 8:39 am
דורך איחוד פעלד
אין בעלז באקאטירט מען אויך די תורות וואס איינער האט געדריקט. מן הסתם איז עס די זעלבע טעם.
גיי פארשטיי היינטיגע פאליטיק. קל וחומר אמאליגע.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: פרייטאג יוני 15, 2012 6:40 pm
דורך פארשטאנד
יא, אין סקווירא בויקאטירט מען ליקוטי תורה, איך געדענק נישט היצט פונקטליך פארוואס, איך וועל מיר נאכפרעגן און צוריקומען מיט א תירוץ אי"ה.

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 5:52 am
דורך דולה ומשקה
דערווייל איז געדריקט געווארען דעם ספר "אמרות טהורות" פון רבי חי יצחק טווערסקי מראחמיסטריווקא אויף בראשית און במדבר, אויך דא ווערט נישט דערמאנט דעם ספר ליקוטי תורה פון רבי מרדכי מטשערנוביל, די אלע מאמרים וואס געפונט זיך פון איהם אין די צוויי בענדער זענען פון אנדערע מקורות אבער נישט פון דער לקוטי תורה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 1:24 pm
דורך [NAMELESS]
דער מו"ל האט מיר אמאל געזאגט אז אין סקווער האט מען נישט גורס געווען דעם ליקוטי תורה, וועגן א מחלוקה וואס דער בעל הכ"י האט מיט זיי געהאט עפעס איבער דעם 'כולל טשערנוביל'. דער מו"ל האט אום תש"מ דערמאנט פארן סקווירה'ע רבי אן הנהגה וואס שטייט אין ליקוטי תורה און ער האט בכלל נישט געהאט אן השגה דערפון.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 2:27 am
דורך [NAMELESS]
אמת, טאקע א חידוש, אבער זעהט אויס אז "מנהגי בית אבותיו" איז דירעקט טאקע יא געווען "מוותר צו זיין אויף א גאנצע ספר בלויז צוליב וועגן עפעס א סכסוך".............

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 3:50 pm
דורך ישבה בדד
דיא זאך איז .כידוע איז דער מו''ל געווען איין '''''איידעם'''''''' אין טשערקאס . אין בשעת עהר האט דאס געדרוקט איז עהר מיט אמאהל שוין נישט געווען קיין איידעם . הסכמות האט עהר גענומען . פין הרה''ק מצאנז אין סאדיגער . אין פין לעמבערגער רב ר' יוסף שאול נט''ז זצ''ל . אין לאמער א קוק טאהן ציא זיין זין הרה''ק מהאראנסטייפעל זצ''ל ברענגט עפעס אראף אין זיינע ספרים עה''ת פין דארט . אין טשערנאבעל האט מען זעך געקאכט מיט דיא הדרכות . אגב עיין בספר החכמה מאין -סטיטשין - וועגען דיא גדלות פין דיא הדרכות .דער שיניאווער רב ז''ל האט שטארק מפליא געווען דאס ספר כידוע .

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 4:18 pm
דורך סאו וואט
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:אמת, טאקע א חידוש, אבער זעהט אויס אז "מנהגי בית אבותיו" איז דירעקט טאקע יא געווען "מוותר צו זיין אויף א גאנצע ספר בלויז צוליב וועגן עפעס א סכסוך".............


נאר אויף איין ספר איז מען מוותר....?

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 2:28 pm
דורך היסטאריקער
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:דער מו"ל האט מיר אמאל געזאגט אז אין סקווער האט מען נישט גורס געווען דעם ליקוטי תורה, וועגן א מחלוקה וואס דער בעל הכ"י האט מיט זיי געהאט עפעס איבער דעם 'כולל טשערנוביל'. דער מו"ל האט אום תש"מ דערמאנט פארן סקווירה'ע רבי אן הנהגה וואס שטייט אין ליקוטי תורה און ער האט בכלל נישט געהאט אן השגה דערפון.


דער מו״ל איז ר׳ אלימלך שווארץ פון קרית יואל

ער איז מיטגעגאנגען מיט רבינו הברך משה זצ״ל ביי א באזוך ביי סקווירער רבי ווען דער ב״מ איז געווען שבת וישלח תש״מ אין מאנסי (גם אני הקטן איז דארט געווען)

דער ב״מ האט דערמאנט פארן סקווירה'ע רבי אן הנהגה וואס שטייט אין ליקוטי תורה און ער האט בכלל נישט געהאט אן השגה דערפון

ארויסגייענדג האט זיך דער ב״מ זייער געווינדערט דערויף, און געזאגט פאר ר׳ אלימלך צו עס איבערדריקן

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 4:29 pm
דורך ברסלבער
אין ספר לקוטי תורה הדרכה ו' שרייבט ער "תאמר ח"י פרקים משניות בלי פירוש בכל יום, כדי שתגמור בכל החודש כל הששה סדרים, כן תנהוג כל ימי חייך."
דאס שטייט שוין פון אר"י הקדוש אז מען זאל לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, אבער דא שטייט מער אז מען זאל עס "זאגן", אזוי ווי תהלים. אין ברסלב איז אויך אזוי אנגענומען לויט ווי רבי נחמן האט געהאלטן אז מען איז מקייים לימוד התורה אויך ווען מען פארשטייט נישט, און אין שיחות הר"ן שטייט אז רבי נחמן האט געהייסן פאר רבי נתן אז ער זאל זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות.
איך האב געהערט אז סקווירא רבי שליט"א פירט זיך טאקע אזוי צו זאגן ח"י פרקים משניות לויט דעם לקוטי תורה. איך בין נייגעריג אויב עס איז אמת, ווייל דא זעה איך אז דער עולם שרייבט אז עס איז נישט אנגענומען ביי אים די ספר. איינער ווייסט עפעס וועגן דעם?

אגב, אין די נייע מהדורה פון דעם ספר האט מען געטוישט דעם נוסח צו "תאמר ח"י פרקים משניות אפילו בלי פירוש בכל יום", זעהט אויס אז דער מו"ל האט זיך נישט געקענט ערלויבן צו שרייבן אזוי גראב אז מען זאל פלעין זאגן די פרקים משניות, האט ער צוגעשריבן די ווארט אפילו, אז דאס איז נאר בדיעבד.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 1:42 pm
דורך ישבה בדד
זייא מיר מוחל סיא צווייא דינים ---- דא איז דא צווייא זאכען דער ספה''ק לקוטי תורה אין דיא הדרכות
דער ספה''ק לקוטי תורה איז נישט געווען פין דיא ספרים וואס מ'האט געלערנט
אין דיא הדרכות האט מען זעך שטארק געקאכט
ושלום על ישראל