לא תמות כדרך שמת פלוני

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

לא תמות כדרך שמת פלוני

שליחה דורך פליקער »

לא תמות כדרך שמת פלוני

טייערע אידישע ברידער, מיט א ביטערע טעם אין מויל מיז איך קימען שרייען, איך וויל נישט דא סתם אויסברעכן א וויי געשריי, אלעמען אראפ רייסן, איך וויל וויסן פארוואס מיר הערן נישט קיין ווארט אמת פון אינזערע מנהיגים, פארוואס שטעלט זיך נישט קיינער אויף האקן אין טיש אריין, הערט אויף, הערט אויף צי גנב'נן, הערט אויף שווינדלען, איך וועל זיך איינהאלטן אריין אין דיטאלן, ווייל מיר זענען אויף א פאבליק פורם, אבער ג-ט אין הימל, מען הערט נישט אויף כאפן דעים עולם שווינדלען, אידישע קינדער גייען ציגרינד, גאנצע משפחות ווערן ציריסן, אבער חלילה זאגן א ווארט, עס וועט אויפרייצן דעים גוי, על תפתח שה לפטון, קלאפ אויפן מויל, רעד נישט וואס מען ברויך נישט, מיינע פריינט די שיף איז שוין אוועק געפארן, היינט איז יא א צייט פון חשבון הנפש, יא א צייט צי רעדן ברבים, מען קען מער נישט צילאזן אז אזעלכע זאכן זאלן זיך איבערחזר'ן, וויפיל איז דער שיעור, פארוואס זאלן מיר צילאזן נאך משפחות זאלן ווערן אימגליקלעך, געניג איז געניג.

איך קען נישט ציקיקן ווי אזעלכע זאכן פאסירן און שטיין פאסיוו, רעדן פון די געליטענע משפחה, און וויינען ווי א ביבער, און ווייטער טיען די זעלבע זאך, ביז די נעץ וועט כאפן איר נעקסטע שטויס מיט קרבנות, מיר וועלן לאזן די רבנים זיין ביזי מיט טעלעפאן'ס, מיט אלע שטותים שבעולם, מיט אלע פריצות וואס קימט יא אדער נישט פאר, אבער קיין ווארט וועלן זיי נישט לאזן חלילה פאלן, אז מען זאל נישט גנב'נן, ווייסט איר פארוואס, ווייל זיי זענען די גרעסטע גנבים, אויב די פעד'ס ליינען מיין תגיבה, זאלן זיי וויסן אז זיי זענען די גרעסטע גנבים, נאך אמאל ווען מען וועט ארעסטירן משפחת מעליץ אדער משפחת ספינקא אדער משפחת טייטלבוים, און אלע אנדערע רבעלעך, וועלן זיי זעין פליצליג ווי דער באדזשעט וועט זיך דעקן, זיי קאסטן אפ אמעריקע מיליאנען דאלארן, זיי נעמען די מערסע פראגראמען פון יעדען, און זיי האבן אלע שיינע הייזער, זיי זענען שילדיג אז מיר ווייסן נישט אז מען טאר נישט ליגן זאגן, מיר זעיען מעשה רב, מיר זעיען ווי זיי לעיבן א חזר'ישער לעיבן זאגן מיר מתי הגיע מעשי למעשה רבותי, זיי נעמען געלט פון אלע שווינדלערס, אפילו די גאר באוויסטע שווינדלער, אפילו ווען זיי זענען שוין מיט א פיס אין תפיסה שעימען זיי זיך נישט צי נעמען געלט פון זיי, וואס זאלן מיר פשוטע טראכטן און אזא צייט.

אז מען עדווערטייזט נאך עד היום אינעם דבר "התורה חסה על ממנו של ישראל", איידער איר באצאלט אייער קרעדיט קארד, שמיסט אייך דורך מיט דעים גרויסן פראפעסער ווי אזוי מען קען באשווינדלען און נישט ברויכן באצאלן מער ווי א דיים אנשטאץ א דולר, דעיס איז א קריים, די אלע פארמישטע זענען אין א קאנספיריסי צי באגנב'נן א באנק, פאר וואס שרייט דעיס נישט קיינער, גאנצע ביזנעסער האבן זיך פארמירט פון אזעלכע שווינדלער, קיין שום ביזנעס פון די סארט וועלן זיך נישט צימאכן איצט נאך אזעלכע ארעסטן, פארוואס נישט, ביטע פאל נישט אריין כדרך שמת פלוני, עס קימט מיר די בליט אין קאפ אריין, מען עדווערטייזט אן א שיעור בלעטער ווי אזוי מען מאכט שארט סעילס, אלע זענען פשוטע גנבים, און פאר יאר אינפא מען טאר נישט גנב'נן, וואס איז דאס אזוי שווער צי פארשטיין.

נישט נאר מען טאר נישט, נאר אויב גנב'ט מען וועט מען דיר כאפן, און מען וועט דיר לייגן און תפיסה, יודל וועט דיר טאקע ארויסבעילן, ווייל ער האט קאנעקשן'ס, אבער עס וועט זיין ביטערע בזיונות, די רעגירונג איז גאר שטרעינג, אימיושרדיג, דער ריכטער וועט מיט דיינע צרות שיקן א מעסעדש צים קאמיוניטי, און דיר געיבן די הארבסטע שטראף, והא ראיה כדרך ווי דער ריכטער האט געגעיבן פאר ראבאשקין מער וויפיל דער פראסעקיוטער האט פארלאנגט, פאר וועיבערמאן, און פאר סאמעט, און פאר פיל נאך אידען הרוצים בעילם שמם, וואס האבן אריין געכאפט טועמיה פינעם סיסטעם, עס איז נישט קיין וויץ, ווען איר ברעינגט א צעטל אז איר פארדינט הינדערט דרייסיג טולר, ווייסטו גאנץ גיט אז דער פוד סטעמפס רעפרעזענטעטיוו איז אייך חושד בכל מיני חשד, זי ווייסט גיט אז עס קען נישט זיין, עס דארף דיר ציטערן אלע אברים, זיך שאקלען פאר שרעק, אפילו עס איז נישט איר דזשאב דיר איבערציווייזן אז דו ביזט א קרימינאל, אבער דעיס מיינט נישט אז דו ביזט נישט, עס איז נאך נישט געקימען די צייט אויף דיר סך הכול, און בא יבוא היום וואס זיי וועלן זיך אראפ לאזן אויף דיר, איז דעיס דען ווערט.

ווייסטו אז ח"ו מען ברויך געיבן א ריטעינער פאר א קרימינאל לויער וויפיל עס קאסט, עס קאסט צעינליגע טויזענטער דולר, און זיי זענען ווערט א רעיטעך, ביים ערשטען פעימענט האט מען שוין דערלייגט אלעס וואס מען האט פארדינט פינעם פראגראם, דאן וועט שוין זיין געלט, אבער וואס זאל איך טיען, מיין ווייב ברויך דאך א דאסטער פון ניישלאס וואס קאסט צוויי מאות, זי איז א ספענדער, שגץ איינער וועיגן דעים גנב'סטע, אבער יעדער טיט עס, שיינע מעשה, אבער דעיס קען מען נישט זאגן פאר א דזשאזש, עס העלפט נישט, מען קען ארים נעמען די גאנצע שטאט מיט באב ווייער, שיינע וויץ, אבער דעיס איז נישט פאני, עס קימט מיר צי וויינען, נישט צי לאכן, איך זעי נישט דערין קיין הומאר, הער אויף גנב'ן, ווייל די היינטיגע אמעריקע איז אזוי ווי די בית דין של מעלה, עס איז טאקע פארהאן א בחירה, אבער ווען מען שטארבט איז דא א יום הדין, וויל איך אייך מגלה זיין, אז אמעריקע איז די סעים, מען לאזט דיר גנב'ן אפילו זיי ווייסן, און והוא היום זיי לאזן זיך אראפ און מען זאמעלט צאם א דאזן אויפ א מאל, אנשים נשים וטף.

פארוואס וועקט מען זיך נישט אויפ פון דעים טיפן הייברענאציע, קנאק אפ דעים פראגראם, צישנייד דיין פיי סמך קארטל, גיי ארבייט ווי א מענטש, וואס עס איז דיר באשערט וועט דיר דער באשעפער געיבן, אז דו ביזט א כופר אדער א שוטה און דו נעמסט עס לויט דיין פארשטאנד, דהיינו דורך גניבה, זאגט דער באשעפער בי מיי געסט, טו וואס דו ווילסט, אבער נישט וויין מיר דערנאך צירייס דיין שלעכטע גזירה, ווי פארא גיט יאר קימט דער באשעפער אינעם בילד, ווי א רויבער זאגט א קאפיטל תהילים אינמיטן א באנק רויבעריי, אזוי קאמיש קימט מיר דאס פאר.

הערט אויפ לעיבן א לעיבן פון א הפקר אינג, ווי איז אינזער קרוין אז א ווארט איז א ווארט, א יא איז א יא, א ניין איז א ניין, א איד קען מען טראסטן, דעיס איז דאך געוועין א שטאלץ פון א איד, יעדער האט געוויזט אז ווען א איד זאגט א ווארט איז עס אמת, וואס איז פון אינז געווארן, מיר האבן איינגערישט א דור וואס האט נישט קיין אהנינג די חילוק פון גראד ביז קרים, ני פון ווי זאלן זי דאס וויסן, זיי נעמען שוין דריי דורות פראגראמען, מען האט זיי געפיטערט אינעם וויגל ג'גנב'טע אייסעמיל פון וויק, דערנאך געשיקט און חדר מיט ג'גנב'טע וואטשערס, און דערנאך געוואוינט כל ימיו מיט ג'גנב'טע אכטער, געקויפט דירות אויפן זיידן'ס נאמען, חתונה געהאט אויפן בעסטן אויפן פון ג'שנארטע געלטער, וואס איז פארלאנגט פון אזא קינד, אויב נישט איבער שפילן דעים זעלבען שפיל, וואט עי שעים.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר