בד"ה הרה"ג מאיר יעקב מויזקאפף ז"ל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
בד"ה הרה"ג מאיר יעקב מויזקאפף ז"ל
ליידער דעי שבת איז נפטר געווארן א אינגערמאן 38 יאר אלו וואס האט געשאקאלט קרית יואל.
ער האט געהאט די גרעסטע שיעור יעדע נאכט אין קרית יואל, מיט איבער 200 חברי השיעור אין א מינומים פון 75 יעדע נאכט. זיך געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה פאר 1 1/2 יאר אין האט דעם שבת צירוקגעגעבן זיין נשמה במעמד א מנין תלמידו אין משפחה
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר גאנץ כלל ישראל
ער האט געהאט די גרעסטע שיעור יעדע נאכט אין קרית יואל, מיט איבער 200 חברי השיעור אין א מינומים פון 75 יעדע נאכט. זיך געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה פאר 1 1/2 יאר אין האט דעם שבת צירוקגעגעבן זיין נשמה במעמד א מנין תלמידו אין משפחה
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר גאנץ כלל ישראל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
פארוואס האב איך קיינמאל געהערט פון אזא געהויבן איד? א שאד א שאד
אוי כא'פארגעסן ער האט דאך נישט געהייסן הורוויץ/הלברשטם/טייטלבוים און איז נישט געווען אויף די בילדער מאגאזינען,
כקלער אזוי, מהערט שטענדיגע ווי די רבי'ס ברענטשען אז מ'זעמיר א דור יתום ס'נישטא קיין מנהיגים,
כ'פיל ווי איך וואלט קאנפראנטעד די רביס און געפרעגט: האלא! פאלטער נישט ביי אז אזוי לאנג די זיצט ביים רידער זעמיר טאקע גוט אין דער ערד, זיי מוחל ריק דיך און א זייט לאז אנדערע צו און ברעטשע מיר נישט אזוי פיל
שטייצעך איך מיין חלילה נישט כ"ק מרן רבינו מ*******(פילט אריין וועם איר ווילט) שליט"א
אוי כא'פארגעסן ער האט דאך נישט געהייסן הורוויץ/הלברשטם/טייטלבוים און איז נישט געווען אויף די בילדער מאגאזינען,
כקלער אזוי, מהערט שטענדיגע ווי די רבי'ס ברענטשען אז מ'זעמיר א דור יתום ס'נישטא קיין מנהיגים,
כ'פיל ווי איך וואלט קאנפראנטעד די רביס און געפרעגט: האלא! פאלטער נישט ביי אז אזוי לאנג די זיצט ביים רידער זעמיר טאקע גוט אין דער ערד, זיי מוחל ריק דיך און א זייט לאז אנדערע צו און ברעטשע מיר נישט אזוי פיל
שטייצעך איך מיין חלילה נישט כ"ק מרן רבינו מ*******(פילט אריין וועם איר ווילט) שליט"א
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
גאלד האט געשריבן:פארוואס האב איך קיינמאל געהערט פון אזא געהויבן איד? א שאד א שאד
אוי כא'פארגעסן ער האט דאך נישט געהייסן הורוויץ/הלברשטם/טייטלבוים און איז נישט געווען אויף די בילדער מאגאזינען,
כקלער אזוי, מהערט שטענדיגע ווי די רבי'ס ברענטשען אז מ'זעמיר א דור יתום ס'נישטא קיין מנהיגים,
כ'פיל ווי איך וואלט קאנפראנטעד די רביס און געפרעגט: האלא! פאלטער נישט ביי אז אזוי לאנג די זיצט ביים רידער זעמיר טאקע אין דיפ ש***, זיי מוחל ריק דיך און א זייט לאז אנדערע צו און ברעטשע מיר נישט אזוי פיל
שטייצעך איך מיין חלילה נישט כ"ק מרן רבינו מ*******(פילט אריין וועם איר ווילט) שליט"א
הרב גאלד, במחילת כבודך ווי קומט די שינד אריין דא.
ווי איך פארשטיי איז די אשכול געמאכט פאר די וואס ווייסן יא ווערדאס איז אין ווילן צילייגן. נישט פאר סטעיטמענטס וואס האבן נישטאמאל פשט דא
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
פון איי וועלט
וואסערפאל↓
ואברהם עודנו עומד, דברי הערכה אויף ר' אברהם מאיר יעקב ז"ל
דינסטאג נובמבר 18, 2014 12:22 am
בס"ד
באמת צווייפל איך צו איך בין ראוי צו שרייבן דברי הערכה אויף אזא גברא רבה ווי דער נפטר הרה"ג ר' אברהם מאיר יעקב ע"ה, דאך שפיר איך א ווילן אויסצודרוקן מיינע געפילן.
שטייענדיג עטליכע שעה ביי די לוי' פון הרה"ג רבי מאיר יעקב, צוזאמען מיט א גרויסע עדה אידן, עלטערע און איגעלייט, ווען די ווארימע תוכן'פילע הספדים מאכן פארגעסן אז די פיס פרירן, האב איך אריינגעטראכט צווישן אנדערע, וואס מיר האבן דא פארלוירן, און וואס ר' מאיר יעקב האט געמיינט פאר אונז, ס'שווימט ארויף די געוואלדיגע איינפלוס וואס ר' מאיר יעקב האט געהאט אויף די סתם עמך בעלי בתים, ער האט געהאט א כח מיט זיינע ווארימע טרעפליכע דיבורים, אזוי אויפהויבן דעם פארפלאגטן אידן, און אים אריינברענגן צום תפקיד און צום ריכטיגן השתוקקות.
אני הק' האב געהאט די זכי', א צייט אפשניט, זיך משתתף זיין ביי זיינע שיעורים, כ'דערמאן זיך ווי פאר יעדן שיעור, האט ר' מאיר יעקב ז"ל – און צוזאמענהאנג מיט די קומענדע פאר סעיפים וואס מ'האט געדארפט לערנען – געזאגט קודם אביסל דברי אגדה, און דאס איז נישט געווען סתם דברי אגדה, נאר ס'איז געווען אזאלעכע דיבורים מיט טרעפליכע נושאים וואס גיבט דעם טאון פון לעבן, ער האט גוט ארויסגעשפירט וואס דאס הייסט א בעל הבית נאך א טאג ארבייט, קוים וואס מ'ווייסט וויזוי מ'הייסט, ער האט געגעבן דעם טאון פון 'מה חובתו בעלמו', למשוך לבם, ער האט אונז ארויסגענומען פון דעם הו הא, און ווי א געניטע קברניטה, אריינגעטראגן די אינגלייט אינעם ריכטיגן עולם הנצחי מיט אזא ליכטיקייט.
ס'איז נישט קיין וואונדער ווי זיינע משתתפי השיעור האבן זיך צו-וואקסן מער און מער, ווער רעדט נאך פאר א שבת, א יו"ט, ל"ג בעומר, וכו. און אזוי אויך אין אלע ענינים פון יהדות, ער האט גוט ארויסגעהאט, דעם אינגערמאן, וירד משה מן ההר אל העם. אני הק' האב אים עטליכע מאל געפרעגט זאכן, כסדר געענטפערט מיט א שמייכל.
ס'איז בלי ספק אז אילו זכינו וואלט ער ווען מער און מער נתפשט געווארן ווי א ליכטיג זייל וואס פארשפרייטזיך, און א סך א סך אידן וואלטן הנאה געהאט פון זיין טל תחי', ועכשיו שלא זכינו..., קען מען זיך ריכטיג אויסדרוקן 'שקעה חמה שלא בעונתה'.
ס'קומט מיר אויפן געדאנק א סידי וואס כ'האב געהערט פונעם נפטר ז"ל, ווי ער רעדט זיך ארויס, היתכן, נעכטן האט איינער פון די משתתפי השיעור חתונה געמאכט, און ער – ר' מאיר יעקב – קומענדיג צו די חתונה, האט ער בלויז געטראפן, צוויי פון די משתתפים, ברענגט ער דארט ארויס, זייער שטארק וואס דאס מיינט חתונה מאכן א קינד. איך וועל שרייבן אפס קצהו, וואס כ'געדענק, דהיינו, אז די גרעסטע שמחה ווען מ'מאכט חתונה א קינד, איז ווייל מ'איז דאן מקיים דעם גרעסטן רצון הבורא פון 'לשבת יצרה', ווייל א מענטש לעבט דאך נישט אייביג, אבער ווען מ'מאכט חתונה א קינד, און ס'בויעט זיך נייע ערליכע דורות, דאן האט די תורה און די וועלט אן המשכה, און דאס איז דו גרעסטע האף פון א טאטע, מילא זענען די גרעסטע מחותנים, טאקע דייקא די חברים וואס זענען אינאיינעם עוסק אין תורה/חיים נצחיים, ע"כ בערך פון מיין זכרון.
דאס איז אפס קצהו, וואס דער נפטר האט געארבייט אויף בעלי בתים, אויף וואסערע נאבעלע מהלך ער איז געגאנען, און ס'כאפט א פחד מיט וואסערע אייפער און ברען ער רעדט דארט ארום, און ער זעלבסט האט דאס ליידער נישט געהאט די זכי' אויסצפירן בעלמא הדין.
ביי א צווייטן געלעגענהייט, האט ר' מאיר יעקב פארציילט, ווי א יונגערמאן וואס איז ליידער געווען זייער נישט געזונט פון די ביטערע מחלה, איינמאל האט ער זיך דער אינגערמאן צעוויינט פאר זיין טאטן, אז די שטערקסטע זאך וואס דרוקט אים, ער ווייסט נישט צו ער האט אויפגעטוהן זיין תכלית אויף דער וועלט! טרייסעלנדע דיבורים! מיט אונזער פליישיגע אויגן, קען מען זאגן, אז וויפיל דער נפטר ר' אברהם מאיר יעקב ז"ל זאל נישט האבן אויפגעטוהן אויף די וועלט ביז אהער, וואלט ער - אילו זכינו – געקענט אויפטוהן פי כמה וכמה אויף די קומענדע יארן
אויפן ניגון 'אנת הוא דשליט על כולא' (פון ר' אביש בראד)
-א קליין ביימעלע פונעם שענסטן סארט
זיך צו-וואקסן אין גרויסן מדבר דארט
אלע איינוואוינער, די גאנצע חבריא
יעדער פרייט זיך צום שיינעם בוים די נייע
פון איר געשמאקע פרוכט וועט מען זיך זיין מחי'
פלוצים א טריקעניש גאר שווערע היצן
עס העלפט נישט די וואסער שפריצן
די בוים פארנעמט נישט די היץ דעם הארבן
פארלירט צוביסלעך אירע שיינע פארבן
טוט ליידער אפשטארבן
=אוי ביימעלע ביימעלע ווען דו וואלסט ווען געוואוסט
דו בוזט געווען אונזער האף און גלוסט
אויף דיר האמיר געקלערט, אז דו וועסט אונז דערקוויקן
אינעם שווערן מדבר וואס איז אזוי טרוקן
ביימעלע ביימעלע די טרערן אין האלז שטיקט
מיר האבן אויף דיר אזוי ארויפגעקוקט
געמיינט אז דו וועסט אונז אפשווענקן - זיסע פירות נאך און נאך
און דא פלוצלינג אזא שווערן בראך
נעם די וואסער וואס מיר האבן געגאסן
גיי מיט פעסטקייט זיי אנטשלאסן
לייג דאס לעבן כסא הכבוד
באשעפער שיק שוין משיח בן דוד
-א טייער ביימעלע פון איידעלסטן סארט
ר' אברהם מאיר יעקב ווי נעמט מען דיינס א ליכטיג ווארט
אינעם שווערן גלות אמעריקע
הוציא חמה מנרתיקה
אונז אנגעווארעמט מיט אזא אבוקה
זכור זאת ליעקב
ווען דו האסט אונז אריינגעשיינט מיט אן אור המקיף
זאל דאס זיין ביים שיעור, דורשין ושואלין
פאר א שבת א יו"ט ריינע שפרילענדע קוואלן
א פערזענליכע פראגע דו ענטפערסט מיט שמייכעלדיגע שטראלן
=בא השמש בצהרים
וויפיל וואסערן פלגי מים
ר' אברהם מאיר יעקב, בן חי' ניסל
די וואסערן האבן איבערגערונען דעם שיסל
אנת הוא דשליט על כולא
האסט ארויפגענומען א ריין קרבן עולה
מלאכים צדיקים קומען דיר אנטקעגן
רבי מאיר יעקב: נעמט אייך אן פאר אונזערט וועגן
נעם די וואסער וואס מיר האבן געגאסן
גיי מיט פעסטקייט זיי אנטשלאסן
לייג דאס לעבן כסא הכבוד
באשעפער שיק שוין משיח בן דוד
זאל ער טאקע זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע, ובפרט פאר זיין אלמנה, ליכטיגע יתומים, און זיין גאנצע משפחה ארום און ארום, און מיר זאלן טאקע בקרוב זוכה זיין צו ביאת גואל צדק, והשיב לב אבות על בנים, ולב בנים על אבותם בב"א.
אלץ א תלמיד בין איך מיעד אויף יעדע ווארט