בלאט 1 פון 1

א געמיש פון מח כוואליעס

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 9:33 pm
דורך רויטע וואנצעס
בין איך דא,
בין איך דארט,
איך טרעף נישט מיין ארט.

בין איך אמאל געווען,
אדער ערשט יעצט געשעהן,
איך קען עס נישט קלאר זעהן.

בין איך גוט אדער שלעכט,
איז די מציאות בכלל עכט,
איך האב מיט מיר א געפעכט.

שלאף איך אדער בין איך וואך,
בין איך א מענטש אדער א זאך,
אדער א אומוויכטיג שטיקל אויפן ברעט-שך.

מאכט א חילוק ווער, וואס און ווי,
אדער איז א שאד די פלאג און מי,
ומותר האדם? אפשר בין איך גאר א קו.

א געמיש פון מח כוואליעס אראפגעשריבן,
אבער וואס איז די פוינט, וואס איז געבליבן,
כי הכל הבל, אלעס וועט ווי אש ווערן צוריבן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 9:51 pm
דורך רויטע וואנצעס
געמיינט האב איך אז איינער פון די חכמים דא וועט מיר אפפרעגן, אז די וועלט איז לעולמי עד. דערווייל גארנישט. רעפרעזענטעט דאס זייער ענטפער, אז ס'בלייבט גארנישט? איך דארף שוין לויפן צום יאוש אשכול, דארט ווערן מיינע מחשבות יעצט בעסער רעפרעזענטעט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:31 pm
דורך מאטי
. . .

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:52 am
דורך מנחם
תוהו ובהו
לופטיגע יסודות
הוילע דמיונות

משתה ומחריש
בנינים פיסט
געבוי אומזינט

פאדאמענטן אויף קיין מאטריאל
פארוואס נאך באלקאנען?
שווערער מאכן דעם העדר?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:30 am
דורך רויטע וואנצעס
מאטי האט געשריבן:. . .


יו זאגסטו גוט!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:26 am
דורך רויטע וואנצעס
רויטע וואנצעס האט געשריבן:בין איך דא,
בין איך דארט,


איך בין געקומען צו די החלטה אז איך בין דארט. אויב וואלט איך געווען דא, וואלט איך נאך געווען אין לעצטן סענטענס כ'האב געשריבן.