בלאט 1 פון 6

אידישע משפחות פארטריבן פון וויליאמסבורג בנין

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 10:18 am
דורך וויליאמסבורגער
א ביטערע מעשה שפילט זיך אפ אין וויליאמסבורג ווען נאך א קאנפליקט מיט דעם אידישן בעל הבית פון א גרויסע בנין דארפן אלע משפחות זיך ארויסציען. די בנין ביי סקילמען קארנער פארק וואו זשיקובע ביהמ"ד געפינט זיך איז אפגעקויפט געווארן פון די באנק נאך פארקלויזשער. דער נייער בעל הבית אנערקענט נישט די $200,000 דאון פעימענט וואס די משפחות האבן געגעבן פאר דעם אריגינעלן בעל הבית.

אויפ'ן בילד: די מאווינג טראקס גרייט

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 10:21 am
דורך ביבער
דער נייער בעל הבית איז א איד?

פארוואס זאל ער יא אנערקענען ווען ער האט גארנישט באקומען דערפון?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 10:25 am
דורך וויליאמסבורגער
כ'האב נישט קיין טענות. כ'דערצייל נאר א מעשה. די שאלה איז נאר וואס טוהט זיך מיט דער וואס האט באקומען די אלע דאונפעימענטס?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 10:48 am
דורך Yossy
אריינגעמופט אין א שיינע הויז אין בארא פארק

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 10:48 am
דורך נולד מאוחר
פארוואס איז די ארגינעלר בעל הבית אויף די פריי?
איז דאס ליגאל וואס ער האט געטאן?
ער האט אימגליקלעך געמאכט צענדליגער משפחות.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 10:52 am
דורך Yossy
סאיז צייט זיך צי אויסלערנען נישט צי מאכען קיין קעש געשעפטן. אויב יא איז הניח מעותיו על קרן הצבי.
אויב קענסטו מאכען א ליגעל קאנטרעקט איז גוט אויב נישט שטיי אוועק

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:32 am
דורך ערליכער איד
קען מען אפשר הערן מער אינפארמעשן וואס דא גייט פאר?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:48 am
דורך Kool man
מוסר השכל, מ'דארף וויסען מיט וועמען מ'האנדעלט, און מ'דארף גיין גראד

למעשה איז עס שוידערליך און א רחמנות אויף די אלע משפחות, קען עימצער דערציילען מער פרטים :?:

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:46 pm
דורך דולה ומשקה
ב"ה נאך א ביישפיל פון אונזערע פרנסה סיסטעם אין אירע שענסטע פארבן.
ווי אזוי האט יענער זקן אשמאי געזאגט: "אלעס בלייבט ביים אלטן". לאמיר טאקע גארנישט טוישן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:48 pm
דורך גאלד
דער מוכר האט פארשפילט די קאנסטראקשן לאון, ס'א ביטערע מעשה און דער עולם האט באצאלט 700 טויזנט דאלער פער דירה, א שיינע חלק קעש, ווי די דראג לארדס אין מעקסיקא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 1:03 pm
דורך נולד מאוחר
דולה ומשקה האט געשריבן:ב"ה נאך א ביישפיל פון אונזערע פרנסה סיסטעם אין אירע שענסטע פארבן.
ווי אזוי האט יענער זקן אשמאי געזאגט: "אלעס בלייבט ביים אלטן". לאמיר טאקע גארנישט טוישן.

מאכט זיך נישט קיין שווינדלערס, אדער שענער געזאגט אנזעצערס ביי נישט חסידישע אידן?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 1:05 pm
דורך כוכב
איז דאס דער בנין פון ר' משה יחזקאל לויפער, אבד'ק זשיקוב?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:08 pm
דורך chusid
ווער איז דער איצטיגער בעל הבית? דער אלטער בעל הבית האט זיך געבויט א מענשין אין בארא פארק און אין די קעטסקילס כאחד הנגידים....ער איז וועגן דעם אנטלאפען פין וויליאמסבורג ווייל דארט האט ער אסאך שונאים

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:22 pm
דורך שבת אחים
נולד מאוחר האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:ב"ה נאך א ביישפיל פון אונזערע פרנסה סיסטעם אין אירע שענסטע פארבן.
ווי אזוי האט יענער זקן אשמאי געזאגט: "אלעס בלייבט ביים אלטן". לאמיר טאקע גארנישט טוישן.

מאכט זיך נישט קיין שווינדלערס, אדער שענער געזאגט אנזעצערס ביי נישט חסידישע אידן?


מסתם יא! אבער קומטס נישט נאכדעם זאגן אז אונז זעמעיר עפעס בעסער אדער מעהר סופּעריער ווייל אונז גייען מיט רעשוואָלקעס און האלטן זיך צו מסורה פונעם רבי׳ן זי״ע (אדער אין חב״ד זז״ג)

אין אנדערע ווערטער׃ ביזנעס עס יוזשעאל אין אמעריקא ...
אמאל איז געוועהן צו ערוואַרטן פון א פרומער איד מיט א קאַפּל אז ער איז ערליך און אפילו דער גוי האט רעספעקטירט אונזער קולטור און אונז אָנגעקוקט מיט א אנדערע בליק און מעהר ווייניגער געוואוסט אז מ׳קען זיך פארלאזן אויף אונז און מ׳קען אונז טראסטן ,
אבער היינט ליידער....

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:26 pm
דורך outspoken
:( :( :( :( :( :( נישט קיין ווינדער אז אונזערע זיידעס הי''ד זענען נישט אוועק פון זייער שטעטל ווען היטלער איז געווען ביים טויער :( :( :( :( :( :(

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:37 pm
דורך נולד מאוחר
Yossy האט געשריבן:סאיז צייט זיך צי אויסלערנען נישט צי מאכען קיין קעש געשעפטן. אויב יא איז הניח מעותיו על קרן הצבי.
אויב קענסטו מאכען א ליגעל קאנטרעקט איז גוט אויב נישט שטיי אוועק

אויב 99% ארבעט די אינטערן טיש געשעפטן, מאכט נישט קיין סענס צי טוישן ווייל איין מאל איז דאס דורך געפאלן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:39 pm
דורך דריידל
ווען דער ארגינעלער בעל הבית האט וועין אביסול ערענסקייט וואלט ער געדארפט זיך פארקויפן די הויזן און אפצאלן יעדען עד פ"א.
לגבי דער וואס האט אפגעקויפט די נאוט, טאמער איז ער א איד, האט ער זיך בא'נער'ישט מיט זיך אריינלאזן אין די חזעריי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:50 pm
דורך Yossy
נולד מאוחר האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:ב"ה נאך א ביישפיל פון אונזערע פרנסה סיסטעם אין אירע שענסטע פארבן.
ווי אזוי האט יענער זקן אשמאי געזאגט: "אלעס בלייבט ביים אלטן". לאמיר טאקע גארנישט טוישן.

מאכט זיך נישט קיין שווינדלערס, אדער שענער געזאגט אנזעצערס ביי נישט חסידישע אידן?

אוודאי מאכט זיך אבער די קענסט גיין צי די attorney General אין זיי קענען הייסען די באנק זאל זיך רעכענען מיט דיר אין בדרך כלל , משא"כ ווען די האסט געגעבן קעש אין האסט א צעטל גחתמעט ביי א רב , קענסטו זיך אינטערווישען מיט עס אין ביסט אליין שולדיג סאיז נישט ווערט לצור על פי צלוחיתו
רבותי it's time to grow up.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:55 pm
דורך outspoken
Yossy האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:ב"ה נאך א ביישפיל פון אונזערע פרנסה סיסטעם אין אירע שענסטע פארבן.
ווי אזוי האט יענער זקן אשמאי געזאגט: "אלעס בלייבט ביים אלטן". לאמיר טאקע גארנישט טוישן.

מאכט זיך נישט קיין שווינדלערס, אדער שענער געזאגט אנזעצערס ביי נישט חסידישע אידן?

אוודאי מאכט זיך אבער די קענסט גיין צי די attorney General אין זיי קענען הייסען די באנק זאל זיך רעכענען מיט דיר אין בדרך כלל , משא"כ ווען די האסט געגעבן קעש אין האסט א צעטל גחתמעט ביי א רב , קענסטו זיך אינטערווישען מיט עס אין ביסט אליין שולדיג סאיז נישט ווערט לצור על פי צלוחיתו
רבותי it's time to grow up.


קיינער האט נישט קיין צעטל וואס איז גחתמעט ביי א רב, ווייל ס'בלייבט ביים רב אין לעדל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:58 pm
דורך Yossy
נולד מאוחר האט געשריבן:
Yossy האט געשריבן:סאיז צייט זיך צי אויסלערנען נישט צי מאכען קיין קעש געשעפטן. אויב יא איז הניח מעותיו על קרן הצבי.
אויב קענסטו מאכען א ליגעל קאנטרעקט איז גוט אויב נישט שטיי אוועק

אויב 99% ארבעט די אינטערן טיש געשעפטן, מאכט נישט קיין סענס צי טוישן ווייל איין מאל איז דאס דורך געפאלן.

די ווייסט נישט אלעס יעדע צווייטע סעיל איז דא דין תורות טאקע ווייל סאיז נישט געמאכט דורך א לאיער
עס ארבייט קיינמאל נישט. ס`געלונט אסאך מאל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 3:01 pm
דורך נולד מאוחר
איז דא מער דין תורת אויף אידישע דיעלס ווי קוארט קעיסעס אויף גוישע דיעלס?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 3:30 pm
דורך Yossy
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא מער דין תורת אויף אידישע דיעלס ווי קוארט קעיסעס אויף גוישע דיעלס?

מאכסט זיך טעמיש ? אדער די ביסט עכט סלאו ;) אזא מעשה וואלט זיך קיינמאל זיך נישט געמאכט ביי גויים
סלוינט זיך צי צאלען פיפציג טויזענט דאלער מער אין נישט דורכגיין די עגמת נפש.
יעדעס יאר מאכט זיך די זעלבע מעשיות מיט summer homes אבער דעס איז א שמיעס פאר זיך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 4:17 pm
דורך chusid
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי דער גנב האט נאך א טעם אין זיינע מענשענס....ער האט געמאכט א נגידישע חתונה..