בלאט 1 פון 1

די קלויזענבורגער רבי פון ב''פ מאנט: ס'צייט זיך אויפצווועקן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 10:53 am
דורך פליישיגער
אין די טעג גייען אהן גורל'דיגע אסיפות און באראטונגען צווישען די חסידישע און ליטווישע גדולים פון די אגודה און דגל התורה פארטייען, ווי עס קוקט אויס די בילד איז די דעות צוטיילט צווישען הגריא''ל שטיינמאן און די בעלזא רבי און די אנדערע גדולים וואס שטייען ביי א פרשת דרכים צו מען זאל מיטארבעטן מיט די פארלאנג פון די מיליטער צו שיקען בחורים זיך שטעלן צום לשכת הגיוס אדער נישט, גאר א שטארקע אפקלאנג האט געהאט די באזוך פון די בארא פארק קלויזענבורגער רבי וואס האט זיך קעגנגעשטעלט קעגן די וואס האנדלען מיט די מיליטער

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 3:02 pm
דורך דריידל
ער ציטירט פון זיין טאטע בשם דעם ד"ח אז רוב בעלי בתים זענען פון די ערב רב, אבער אז מ'קוקט נאך זעט מען דארט שטייט אז רוב רבי'ס זענען פון די ערב רב, והדברים ידועים.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 10:28 pm
דורך קאך_לעפל
פארוואס גייט ער נישט צו בן גיריון'ס קבר קיין שדה בוקר שתדלן אז דער חוק הגיוס זאל בטל ווערן? אזוי ווי זיין הייליגער טאטע דער שפע חיים זי''.... האט געטאן???????????

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:03 am
דורך outspoken
בספר דברי חיים בהשמטות לפרשת ויקהל כתב וזה לשונו, דלפני ביאת המשיח יהיו רוב הרבנים מהערב רב כו', וזה לשון הדברי חיים שם: כי ישראל בעצמן קדושים אך הערב רב כל חסדים דעבדי לגרמייהו עבדו כנראה בעליל שהרבנים והחסידים והבעלי בתים שבדור המה בעונותינו הרבים רובן מערב רב ורוצים לשרור על הציבור וכל מעשיהם רק לגרמייהו לקבל כבוד וממון ולכן אין להתחבר רק אם עובדים באמת שמוסרים נפשם לד' לא לקבל שום תועלת לעצמם, עד כאן עיין שם עוד.

א