בלאט 1 פון 1

מצב הדיני תורה בארה''ב ובא''י

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 7:43 pm
דורך ירא שמים
ס'איז יעצט א הייסע נושא נאך די פסק פון די באבובע ד''ת ,היות כ'האב נישט קיין ידיעה אין די ענינים בעט איך דעם עולם זאל אביסל אויפקלערן דעם מצב פון די ביזנעס וואס מרופט די''ת
די נושאים וואס דארפן אויפגעקלערט ווערן א)שטרי בירורין, וואס זענען די רעכטן פון די בעלי דינים אויף מהיכן דנתני און אויף דין גמור כו' און צו ווייסען די בעלי דינים און נארמאלע פעלער אויף וואס זיי חתמנען
ב)טוען ובורר וואס מעג ער טענה'נען ,צו מעג ער טענה'ן שקר , צו מעג ער אויסלערנען טענות פאר די בעלי דינים און וואס טוען די טענים און בוררים למעשה.
ג)וואס זענען די גדרי שכר בטילה און וואס זענען די פרייזען וואס די בתי דינים נעמען.
ד)און בכלל וואס מיינט א ד''ת היינט ,איז יעדע ד''ת אזויוואו קיבל עליו גר''ב וואס דאס רופט זיך תיווך.
ה) און וואס איז די מציאות זענען די בתי דין ערלעך אדער זענען זיי קארופטירט
ו)וואס א חילוק פון די אמעריקאנע די''ת ביז די ארץ ישראל'דיגע וואס דארף אויך צטיילט ווערן אויף צוויי די די''ת פון די ראבאנוט און די אנדערע.
ז)וואס א חילוק צווישען א געווענליכע בי''ד צו א זבל''א בהלכה ומציאת.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:02 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:12 pm
דורך ירא שמים
ש.י. ווער האט געזאגט אז זיי זענען קורופטירט, דאס איז נישט די נושא ,די נושא איז מציאת , קענסט אויפווייזען אז זיי זענען נישט קורופטירט אדרבה מיר זענען גרייט צו הערען.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:02 am
דורך ירא שמים
כ'בין אביסל דיסעפוינטעט פונ'ם קאווע שטיבל ,כהאב געמיינט אז דאס גייט זיין אברענענדיגע נושא וואס לפחות די 45 חסידים וועלן זיך צוכאפן דערצו, סזעהט אויס וואו די עולם האלט נישט דא ביים שרייבען זאכליכע ארטיקלען און דורכטון פאקטן אדער הלכות ניכטעהרעהייט על דרך האמת,נאר אלע דין ודברים דא איז נאר א קאנטעסט ווער ס'קען בעסער שרייבען , אדער אפשר איז דער עולם בייז אויף מיר פון מיין פרערדיע אשכול און ס'געפעלט אייך נישט דער משנה אז גט מעושה איז פסול,כהאף נאך אלס אז דער עולם וועט נאך אריינשרייבען דא ,ופן ואולי יועיל להסיר החרון אף ממה שנגרם ע''י עיוות הדין כמבואר בדברי רז''ל ולתקן המצב לעתיד ולפחות לעורר דעת הציבור.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:06 am
דורך ירא שמים
נאך זאכן וואס כהאב נישט נישט דערמאנט אויבן וואס דארפן נתברר ווערן
א)זכות הנתבע בבחירת הבי''ד
ב) ווען ווערט מותר הליכה בערכאות און ווען ווערט איינער א סרבן

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 1:15 am
דורך [NAMELESS]
איך עכ"פ בין נישט ממש בייז, ס'איז מיר נאר אביסל פאני, ס'קוקט אויס ווי די האסט פשוט אפירגענומען געשטעטנער'ס קונטרסים און דו גייסט דורך בלעטל נאך בלעטל און דו פראבירסט עס צו ליפטערן אינעם שטיבל. ס'ארט מיר נישט, קענסט שרייבן וואס דיר שמעקט אבער כ'האף אז דו ערווארטסט נישט אז דער עולם דא זענען בקיאים אין חושן משפט און אבן העזר, לכל היותר וועט דא זיין אממייסטענסט פירקלערייען און בויכווייטאג פון אפאר געליטענע, און אפשר אפאר זאכליכע תגובות פון ליטוואק פון בודאפעסט, מער פון דעם קען מען לכאורה נישט ערווארטן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 6:57 am
דורך פישלע העררינג
ירא שמים,

מבין ריסי עיניך ניכר שירא שמים אתה... עס זאל דיך אבער נישט באנג טאהן, קאווע שטיבל איז "א רואיגע ווינקל צו שמועסן און פארברענגן". שרייב דו אלע צדדי הענין, בטוב טעם ודעת, און אי"ה סוף הכבוד לבוא.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:37 am
דורך Kool man
פאר די פרטים און דקדוקים אין הילכות דין תורה על'מיר מוזען ווארטען אויף די חכמי ולומדי הקאווע שטיבעל, אבער איין זאך איז אפען און קלאר, אז ווען א דין תורה אדער א פסק קומט ארויס גאר שטארק קאראפט, דעמאלץ שטינקט עס גאר ווייט און גאר לאנג
:oops:

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:23 pm
דורך ירא שמים
א גוטן ריכטיג ,שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האב נאך אדערווייל נישט מעתיק געווען קיין איין קונטרס פון געשטעטנער, איך האב נאר אנגעכאפט נושאים פון וואס ער רעדט און נקודות וואס ער דיסקוסירט, למשל דאס אז גט מעושה איז פסול דארף איך נישט מעתיק זיין פון געשטעטנער, און דאס אז ס'איז דא פירצות אין דעם ענין דארף איך אויך עם נישט האבן ,ס'האט עס יעדער מיטגעהאלטן פאראיאר איינמאל ביי פרשת ע.וו. ,און נאך אמאל ביי די מעשה פון בני ברק וואס ס'געהאנגען צעטלעך אינטערגעשריבען פון גאר חשובע רבנים ,די זעלבע מיט דיני תורה איז עס אויך ידוע ומפורסם וקלא דלא פסיק אז ס'איז דא פראבלעמען, צו איז דאס מיט די געשוואלענע פרייזען ,צו איז דאס מיט אויצוען די צייט, צי די זידלערייען וואס מנוצט משתיק זיין דעם צווייטען צד,האב איך אנגעכאפט די נקודות וואס אויף דעם שטעלט ער זיך ,וואס לו יצויר ער איז נישט גערעכט מיט יעדע ווארט אבער א פוינט האט ער זיכער אוטן יעדע פון די נקודות איז זיכער אזאך וואס דארף בארירט ווערן,
נאך אזאך, אנדערש וואו ביי די גיטין מעושין וואס ביים דעת בעל הבית זעט אויס דער דיין המסדר אגט מעושה אויס וואו אצדיק וואס איז מציל עשוק מיד עושקו ,וואס אגב מאכט ער עס אדער פאר זיין טאשאדער פאר די הייליגע מטרה פון פרויען רעכט,איז ביי דיני תורה איז יעדער וואס האט בייגעוואוינט א די''ת מעוות קען אויף דעם מעיד זיין און מען דארף נישט זיין קיין למדן פאר דעם .
ועוד חזון למועד צורעדן וועגן נאך קורופטירטע תחומים פונ'ם ראבינאט למשל הכשרים,
און דאס אלעס נעמט זעך ווייל מהאט געמאכט פון די הארבסטע זאכן כשרות גיטין דיני תורה פאר א קרדום לחפור בה, וואו אויך איז היינט כל הרוצה ליטול את השם יבא ויטול, יעדער וואס הייסט האלבערשטאם אדער טייטלבוים אמומחה אין כשרות וכדו' ,און דאס מיינט נישט צו זאגן אז אלע זענען אזוי ס'זענען אודאי דא ערליכע רבנים ,וואו אויך איז דא אזעלכע וואס גייען יא צו צו דאס רבנות מיט א גוטע כוונה אבער ווערן נאכגעשלעפט מיטן שוואנג,ויה''ר שיקוים בנו במהרה ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך כבתחילה בבי''א

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:02 am
דורך [NAMELESS]
גראדע לגבי גט מוטעה האסטו בפירוש מעתיק געווען זיינע טענות.
איך דינג זיך בכלל נישט אז ס'עקסיזטירט פראבלעמען אין די ענינים, ס'איז נאר גאנץ קלאר ביי מיר אז די ליסטע פראבלעמען וואס געשטעטנער גיבט אן איז ווייט פון אקוראט ממילא איז נישט אינטרעסאנט צו נוצן זיין ליסטע פאר א סטארטינג פוינט.
והשנית האב איך געמיינט ארויסצוברענגען אז די סיבה פארוואס די נושא האט נישט 'געברענט' דא אין שטיבל איז פשוט ווייל רוב חברים קענען זיך בכלל נישט אויס דערין, כדי צו קענען ענטפערן אויף דיין ליסטע ברויך מען קענען חושן משפט, ס'איז נישט גענוג בלויז צו האבן געזעהן אז די סיסטעם טויג נישט, און איך גלייב נישט אז די חברים וועלן דיר קענען העלפן דערמיט, אויב עפעס וועט זיך דא ענדערש מגבש זיין א דעת בעל הבית, און ס'איז שטארק ניכר אז נישט דאס איז דיין ציהל. איז וואזשע זיך אריינלאזן דערין?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 8:00 am
דורך מי אני
פאר פוינט(ס) ב (און ג ואפשר ה) איז אינטרעסאנט צו קוקן אין באר משה ח"ד סימן קמח (די לעצטע תשובה). אין דאס איז שוין געוועהן אין תשלג... ואין כל חדש וגו'.