בלאט 1 פון 5

מהר"א מ'סאטמאר אדרעסירט די שוידערליכע פרשה אין א"י

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:41 pm
דורך היסטאריקער
ווי באריכטעט אין ערוץ שבעה

ליינט די לעצטע שורה, וועם מיינען זיי דערמיט?

Satmar Rebbe Blames Massacre on Jews Visiting Temple Mount

Satmar Rebbe blames observant Jews ascending Temple Mount for Har Nof massacre, says it 'costs lives.'

The Satmar Rebbe eulogized the victims of the massacre in Har Nof Tuesday, pointing the blame not at the Palestinian Arabs who killed them, but at Jews who ascend the Temple Mount (Judaism's holiest site - ed.) as the cause.

"These days, bad news comes from the holy city of Jerusalem," the Satmar Rebbe stated, as quoted by hareidi website Kikar Hashabbat. "Just today we heard terrifying news from Jerusalem of the loss of precious lives."

Rebbe called to pray and study the Torah in wake of the massacre, ''and to teach the books of our holy Satmar teachers, to memorize the pure view in times like these."

He then pointed an accusatory finger at Jews ascending the Temple Mount.

"Regarding the prohibition of ascending the Temple Mount, which all Jews who fear G-d know demands the punishment of karet [a severe punishment; open to interpretation, could mean premature death or spiritual excision - ed.], it has unfortunately become easy for people to take it lightly because of false beliefs," he stated. "Who knows how many victims were killed by observant Jews going up to the Temple Mount, and who knows what it will cost us, G-d have mercy, as a result of them."

Satmar hassidim believe, based on their interpretation of a Talmudic passage, that the State of Israel should have been established only after the coming of the Messiah.

The more stringent of the Satmar hassidic sect do not visit the Western Wall or Rachel's Tomb because Jews were killed in order to gain control of those sites.

It should also be noted that the hareidi community at large disapproves of ascending the Temple Mount, the allowance of which in Jewish law constitutes a controversial debate among contemporary Torah sources.

This, however, is not the first time the Satmar Rebbe has made controversial statements after a tragedy.

In July, Rabbi Aaron Teitelbaum of Satmar blamed the abduction of murdered teens Naftali Frankel (16), Gilad Sha'ar (16), and Eyal Yifrah (19) on the boys' parents for being "settlers" living beyond 1949 Armistice lines and the “evil inclination and the desire for Jews to inhabit the entire State of Israel.”

Several senior Satmar officials later condemned the statements.

http://www.israelnationalnews.com/News/ ... Gzx85so475

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:44 pm
דורך [NAMELESS]
איז שוין אמאל געוועהן עפעס וואס ר' אהרן טוהט ראנג???????? אייביג יענער און יענער און יענער???!!!!

וואס איז ראנג מיט אים??

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:49 pm
דורך אפטעמיסט
דער זכר דארף אן ערענסטער דאקטאר

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:05 pm
דורך היסטאריקער
ראשעקאל האט געשריבן:איז שוין אמאל געוועהן עפעס וואס ר' אהרן טוהט ראנג???????? אייביג יענער און יענער און יענער???!!!!

וואס איז ראנג מיט אים??



יא, 1) ער האט מפייס געווען קאשויער רב ז"ל ברבים

2) ער האט זיך אפגעשאקעלט פן משה גבאי, איינזעהענדיג אז ער פירט אים שלעכט

ועוד ועוד,אבער לאמיר צוריק גיין צום נושא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:14 pm
דורך פערינא
אלעס פיין און וואיל, אבער פארוואס איז עס געשען אין הר נוף, און נישט אין מאנרא?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:15 pm
דורך גאלד
טעות טעות טעות,
ר' אהרן האט גארנישט גערעדט, ערוץ שבע האט ארויפגעלייגט די ראנג בילד, זיי זענען מעתיק פון ככר השבת, דארט שרייבן זיי מפורש אז די רעדע איז פון ר' זלמן לייב,
בחדרי חרדים האט אפי' די קליפ,
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=76098

יא דאס געשעהט ליידער ווען ס'נישטא קיין "היכר"

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:29 pm
דורך יואב
גאלד האט געשריבן:יא דאס געשעהט ליידער ווען ס'נישטא קיין "היכר"

אויב איז טאקע וואר אז זאליקא שטייט אונטער יענע שורות, דאן ברויך מען דוקא נישט א היכר.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:40 pm
דורך [NAMELESS]
היסטאריקער האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:איז שוין אמאל געוועהן עפעס וואס ר' אהרן טוהט ראנג???????? אייביג יענער און יענער און יענער???!!!!

וואס איז ראנג מיט אים??



יא, 1) ער האט מפייס געווען קאשויער רב ז"ל ברבים

2) ער האט זיך אפגעשאקעלט פן משה גבאי, איינזעהענדיג אז ער פירט אים שלעכט

אקעי הייסט ער איז מודה אז אמאל טוהט ער עפעס ראנג. אויב אזוי פארוואס האט ער קיינמאל נישט איינגעזעהן אז געוויסע צרות קען זיין אז קימען וועגן זיינע חטאים?? פארוואס ביי יעדע צרה איז "יענער" שולדיג???

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:41 pm
דורך [NAMELESS]
פערינא האט געשריבן:אלעס פיין און וואיל, אבער פארוואס איז עס געשען אין הר נוף, און נישט אין מאנרא?

אין מאנרא געשעען נישט געניג צרות?? איז אפשר איינגעפאלען פאר ר' אהרן אז הרב מויזקאף איז נפטר געווארען וועגן זיינע גראבע חטאים??

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:42 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:טעות טעות טעות,
ר' אהרן האט גארנישט גערעדט, ערוץ שבע האט ארויפגעלייגט די ראנג בילד, זיי זענען מעתיק פון ככר השבת, דארט שרייבן זיי מפורש אז די רעדע איז פון ר' זלמן לייב,
בחדרי חרדים האט אפי' די קליפ,
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=76098

יא דאס געשעהט ליידער ווען ס'נישטא קיין "היכר"

ר' אהרן און ר' זלמן זענען פינקט אזוי ווערד די געלט. עס איז נישט קיין גרויסע חילוק צווישן זיי ווען עס קימט צו דעם, ביידע בלעימען אייביג "יענעם" אויף צרות, און זיי זענען קיינמאל נישט שולדיג. נאר ר' אהרן האט גראדע א עקעלדיג'ערע היסטערי אויף אזעלכע זאכן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:44 pm
דורך יאיר
די אלע וואס האבן זיך איינגערעדט אז די גאות רוח, טראציגקייט, און אומסענסיטיוויטעט צו מענטשנ'ס געפילן איז עפעס א פערזענליכער פראבלעם פון מהר"א מסאטמאר, זאלן טאקע וויסן אז דאס איז איינגעקריצט אין די גענעס פון מער ווי איין מיטגליד אין די טייטלבוים משפחה.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:48 pm
דורך Ben-Shishim
ראשעקאל האט געשריבן:
פערינא האט געשריבן:אלעס פיין און וואיל, אבער פארוואס איז עס געשען אין הר נוף, און נישט אין מאנרא?

אין מאנרא געשעען נישט געניג צרות?? איז אפשר איינגעפאלען פאר ר' אהרן אז הרב מויזקאף איז נפטר געווארען וועגן זיינע גראבע חטאים??


ר ראשעקאל
עס פאסט נישט פין דיר אזוי צי רעדען

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:52 pm
דורך גאלד
יאיר האט געשריבן:די אלע וואס האבן זיך איינגערעדט אז די גאות רוח, טראציגקייט, און אומסענסיטיוויטעט צו מענטשנ'ס געפילן איז עפעס א פערזענליכער פראבלעם פון מהר"א מסאטמאר, זאלן טאקע וויסן אז דאס איז איינגעקריצט אין די גענעס פון די גאנצע טייטלבוים משפחה, ומשם יפרד צו גאנץ מלכות סאטמאר.


איך גלייב אז מרים וועבסטער וואלט נישט בעסער געקענט דיפיינען די ווארט "ראסיזם" ווי דער סטעיטמענט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:53 pm
דורך שמעקעדיג
#צימעס אלערט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:53 pm
דורך היסטאריקער
גאלד האט געשריבן:טעות טעות טעות,
ר' אהרן האט גארנישט גערעדט, ערוץ שבע האט ארויפגעלייגט די ראנג בילד, זיי זענען מעתיק פון ככר השבת, דארט שרייבן זיי מפורש אז די רעדע איז פון ר' זלמן לייב,
בחדרי חרדים האט אפי' די קליפ,
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=76098

יא דאס געשעהט ליידער ווען ס'נישטא קיין "היכר"


אה ב"ה, אבי דער דעת תורה ווערט געזאגט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:54 pm
דורך היסטאריקער
יאיר האט געשריבן:די אלע וואס האבן זיך איינגערעדט אז די גאות רוח, טראציגקייט, און אומסענסיטיוויטעט צו מענטשנ'ס געפילן איז עפעס א פערזענליכער פראבלעם פון מהר"א מסאטמאר, זאלן טאקע וויסן אז דאס איז איינגעקריצט אין די גענעס פון די גאנצע טייטלבוים משפחה, ומשם יפרד צו גאנץ מלכות סאטמאר.



איך פארשטיי נישט, זיי מעגן נישט זאגן אז התגרות באומות ברענגט שרעקליכע עונשים אזוי ווי זיי האבן מקבל געווען פון זייערע רבי'ס זצ"ל?

מעגסט האלטן אנדערש, אבער זיי זענן בארעכטיגט צו זייער מיינוג

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:55 pm
דורך העלא
קודם עס איז א פאלנע שקר,
ער האט נאך נישט גערעדט פון די רציחה,
צווייטנס, עס פאלט אים יא ביי אז מויזקאפף איז געשטארבן פון זיינע חטאים, וועגןדעם האט ער מספיד געווען ביי זיין לוי' שלא כדרכו,
אבער אזויווי עס שטייט "לייט אמאן דמגלי חטאיו ברבים" וויל ער עס נישט זאגן ברבים
דריטענס, ביי די דריי בחורים האט ער נישט גערעדט פון עבירות וואס ברענגען צרות, ער האט געזאגט אז די אראבערס זענען רוצחים, סא מ'טאר נישט וואוינען אין פלעצער וואס רעגט זיי אויף ווייל מ'שטעלט איין די לעבן אין א סכנה, איך זעה דא נאר ווארעמקייט צו אידן, נישט קיין קאלטקייט, ער האט עס געזאגט מחמת פחד, ווייל ער וואלט געציטערט צו וואוינען דארט,

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:56 pm
דורך שמעקעדיג
@יאיר כ'בין מוחה אויף דיינע נישט שיינע ווערטער, און @איך אויך פאר דיין לייק.

אגב, טייטלבוימ'ס זענען גארנישט ערגער ווי אנדערע רבי'ס אין דעם הינזיכט (עכ"פ טייל פון זיי).

סאטמאר רבי (מהר"א) שליט"א האט "נישט" גערעדט זייט די מעשה רצי

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:01 pm
דורך העלא
איך עפען דעם אשכול מכח ק"ו,
מה דאך אויף שקר וואס איז דא א עשה "מדבר שקר תרחק" און א לא תעשה פון "לא תשקרו", מעג מען עפענען א אשכול, כל שכן אויף א אמת,
ער האט נאך נישט געהאלטן קיין דרשה דערוועגן,
און הר נוץ איז נישט קיין מקום סכנה, ער האט גערעדט ביי די דריי בחורים פון א מקום סכנה,
ער טאר שוין נישט זאגן אז מ'טאר נישט וואוינען אין א מקום סכנה?

ווען ער זאגט נישט, שרייסטו אז ער איז א רבי און מוז זאגן,
ווען ער זאגט יא, איז א משוגענער,
סא אפשר זאגסט אים וואס צו טוהן, ער וויל דירא זייער שטארק צופרידן שטעלן, ער פרובירט צו זאגן נאר וואס דו ווילסט, אבער וויזוי ער זאגט ביזטו נישט צופרידן,
ער איז אובד עצות,

קאם אאן, יו אר סמארטער דען דעט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:04 pm
דורך יאיר
גאלד האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:די אלע וואס האבן זיך איינגערעדט אז די גאות רוח, טראציגקייט, און אומסענסיטיוויטעט צו מענטשנ'ס געפילן איז עפעס א פערזענליכער פראבלעם פון מהר"א מסאטמאר, זאלן טאקע וויסן אז דאס איז איינגעקריצט אין די גענעס פון די גאנצע טייטלבוים משפחה, ומשם יפרד צו גאנץ מלכות סאטמאר.


איך גלייב אז מרים וועבסטער וואלט נישט בעסער געקענט דיפיינען די ווארט "ראסיזם" ווי דער סטעיטמענט

נישט ממש ראסיזם, נאר סטערעאטיפ. עניוועי, א דאנק פאר'ן אויפמערקן, איך האב געטוישט די ווערטער וואס שמעקן מיט זשענעראלייזעישאן און סטעריאטיפס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:06 pm
דורך יאיר
היסטאריקער האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:די אלע וואס האבן זיך איינגערעדט אז די גאות רוח, טראציגקייט, און אומסענסיטיוויטעט צו מענטשנ'ס געפילן איז עפעס א פערזענליכער פראבלעם פון מהר"א מסאטמאר, זאלן טאקע וויסן אז דאס איז איינגעקריצט אין די גענעס פון די גאנצע טייטלבוים משפחה, ומשם יפרד צו גאנץ מלכות סאטמאר.



איך פארשטיי נישט, זיי מעגן נישט זאגן אז התגרות באומות ברענגט שרעקליכע עונשים אזוי ווי זיי האבן מקבל געווען פון זייערע רבי'ס זצ"ל?


ניין זיי מעגן נישט. נישט זיי און נישט זייערע רבי'ס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:11 pm
דורך outspoken
ס'גארנישט ראנג, בעסער געזאגט מ'איז מחיוב צו טראכטען בשל מי הרעה הזאת ווי מ'האט אלץ אזוי געטון (עיין בויו''מ בהקדמה) און ווען א צרה קומט בחוש עפ''י סיבה אז מ'טוט עפעס און יענע זאך איז אסור עפ''י התורה דארף מען דאס זאגען, ביי ר' אהרן איז געווען די פראבלעם (ביי וועם ס'געווען) אז ער האט פארזענטליך אטאקירט די עלטערן אלץ רוצחים ווען די וואנד איז געווען אפען.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:14 pm
דורך יאיר
יפשפש במעשיו שטייט, נישט במעשי אחרים.
מ'האט אלץ געטון אסאך רשעות.