בלאט 1 פון 1

פאעזיע אין בילד און געמעל,

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:06 am
דורך ישראל קאפקע
'א בילד זאגט מער ווי הונדערט סטאנזעס'

ווייניג 'גלייכן' פאעזיע,
ווייניגער 'פארשטייען' איר,
זעלטן איז דער וואס קען זיך 'אויסדרוקן' אין פאעזיע,

אבער פילע עמפפינדליכע נשמות שפירן אמאל אן אינערליכן, טיפער געפיל, אדער א העכערע געדאנק, ער קען איר נישט אבער ארויסגעבן אין ווערטער, קען ער אמאל נעמען צוהילף א בילד,

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 8:11 am
דורך כוכב
דער ארטיסט פונעם לעצטן בילד איז דער באקאנטער מעלער פון די מחניים קינדער ביכלעך.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:11 am
דורך פלאוויוס
ישראל, החייתני. א דאנק.

Poetry poster, parody of poster on drugs

נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 11:28 am
דורך פידלער

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 7:55 pm
דורך ישראל קאפקע
פון: אברהם גאלדפאַדען.

אין דער בית המקדש אין א ווינקל חדר,
זיצט די אלמנה בת ציון אליין,
איר בין יחידל אידעלע וויגט זיי כסדר,
און זינגט אים צום שלאפן א לידעלע שיין, איי לי לו לי לו....

אונטער יודעלע'ס וויגעלע,
שטייט א קלאר ווייסע ציגעלע,
דאס ציגעלע איז געפארן האנדלען, דאס וועט זיין דיין בערוף,
ראזשינקעס מיט מאנדלען, שלאף'זשע יודעלע שלאף.

אינעם לידל מיין קינד ליגט פיל נבואות,
אז דו וועסט אמאל זיין צעזייט אויפן וועלט,
א סוחר וועסטו זיין פון אלע תבואות,
און וועסט אין דער נאנט פארדינען פיל געלט, איי לי לו לי לו....

און אז דו וועסט ווערן רייך יודעלע,
זאלסט זיך דערמאנען אין דעם לידעלע,
ראזשינקעס מיט מאנדלען דאס וועט זיין דיין בערוף,
יודעלע וועט אלץ האנדלען, שלאף'זשע יודעלע, שלאף.....

אויף יוטוב קען מען הערן דודו פישער ווי ער זינגט 'ראזשינקעס מיט מאנדלען' (איך האב פראבירט צו לייגן א לינק, עס גייט נישט, אויב איינער קען זיך מרחם זיין, און לייגן א לינק וואס ארבייט יא וואלט איך אפרישיעטעד.)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:02 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך ווארט שוין א לאנגע צייט אז ק"ש זאל ווערן א ווינקל פון די ארטס אין אלע אירע פארעמס. ישראל געוואלדיג! נישט געוויסט ביסט פון די ארטיסטישע נשמות. די אשכול האט בארירט מיין אינערליכע געפילן וואס בלייבט געווענדליך אן א גוף.

ס'איז נאך דא אסאך און כל מיני ארטס וואס מ'קען דא ארומרעדן. איים סאו דעמם עקסייטעט!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:15 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע: ביי די אראבערס זענען געווען די גרעסטע פאעטן און זינגערס. אן אראבישע מעלאדיע איז ממש הרצרייסנד. ס'ציעט ביי מיר די סטרונעס פון די נשמה....!
איז וועט זיין נאך איינע. א ווייס הויטיגע... :lol:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:20 pm
דורך ישראל קאפקע
berlbalaguleh האט געשריבן:ישראל קאפקע: ביי די אראבערס זענען געווען די גרעסטע פאעטן און זינגערס. אן אראבישע מעלאדיע איז ממש הרצרייסנד. ס'ציעט ביי מיר די סטרונעס פון די נשמה....!
איז וועט זיין נאך איינע. א ווייס הויטיגע... :lol:

ביי די פערדן זענען געווען די גרעסטע פערדן, ביי די פערדן טרייבער נאך גרעסערע! :בלאבל: :בלאבל: :בלאבל:
ביטע הער אויף וואנדאליזירן יעדן איידעלן אשכול.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:27 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ישראל קאפקע: ביי די אראבערס זענען געווען די גרעסטע פאעטן און זינגערס. אן אראבישע מעלאדיע איז ממש הרצרייסנד. ס'ציעט ביי מיר די סטרונעס פון די נשמה....!
איז וועט זיין נאך איינע. א ווייס הויטיגע... :lol:

ביי די פערדן זענען געווען די גרעסטע פערדן, ביי די פערדן טרייבער נאך גרעסערע! :בלאבל: :בלאבל: :בלאבל:
ביטע הער אויף וואנדאליזירן יעדן איידעלן אשכול.

ס'איז א גוטע מליצה. אבער וואס מיינט עס צו זאגן. לפי בקשתי, אז דו זאלסט גארנישט נעמען פערזענליך, און מיט א ביסעלע הומאר...יעצט קענסטו פארשטיין וואספארא געפיהל איך האב. ווען א איד שרייבט און טראכט פרא-פאלעסטיניש. א געמיש פון אויפברויז און רחמנות. אויפברויז, ווייל מיין נשמה קאכט באמת אויף... און א געפיהל פון רחמנות איבער די נאאיווקייט פון געוויסע גרופעס אידן, וועלכע פארגעסן מאמענטאל זייער פאזיציע אויפ'ן שאך-ברעטל פון די וועלט....!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 10:29 am
דורך נולד מאוחר
ישראל קאפקע האט געשריבן:.

אויף יוטוב קען מען הערן דודו פישער ווי ער זינגט 'ראזשינקעס מיט מאנדלען' (איך האב פראבירט צו לייגן א לינק, עס גייט נישט, אויב איינער קען זיך מרחם זיין, און לייגן א לינק וואס ארבייט יא וואלט איך אפרישיעטעד.)

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=240755#p240755