בלאט 1 פון 2
דער געוואלדיגער ראסיסט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 9:41 pm
דורך ישראל קאפקע
ארי שאפיר איז א אידישער קאמיקער, באוואוסט אלס 'The Amazing Racist', ער גייט ארום אין פארשידענע מינאריטעט געמיינדעס, שפילט ווי א רייצערישער בהמהישע ראסיסט, און רעקארדירט אויף ווידעאו וויאזוי זיינע קרבנות רעאגירן.
יאשקע פעטיציע.דא איז ער אין א אידישן געשעפט, פרעגט פון אידישע איינקויפער אויב זיי ווילן אונטערשרייבן אויף א פעטיציע 'זיך צו אנטשולדיגן פארן קרייציגן יאשקע!'
דערנאך שלאגט ער פאר די קונדן א קיופאן פאר 50%off פאר א 'נאוז דזשאב' צו פאררעכטן די ריזיגע אידישע נאז!
די קליפ איז אזוי גוט/אזוי שלעכט, אז מען קען ממש ארויסשפרינגען פון די הויט פון אויפרעגעניש, כאטש מען ווייסט אז עס איז נאר א שפיל!
אהיים קיין אפריקע.דא איז ער אויף א שיפל, ביי עפעס א ביטש, וואו ער שלאגט פאר אומזיסטע רייזעס 'אהיים' קיין אפריקע, פאר 'שווארצע' דורכגייער, און ער מעסט די שאטירונג פון די קאליר פון זייער הויט!
די אפריקאנער אמעריקאנער לאזן זיך אבער נישט ווי די אידעלעך, און מען שגצ'ט אים גוט אויס, ווי עס קומט זיך אים, ביז צום סוף ברעכט אים איינער גוט אן די ביינער!
דרייווינג סקול פאר אזיאנער.א מער ערנסטע עקספערימענט איבער ראסיזם.
ראסיזם עקספערימענט, רירנד.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:04 pm
דורך יאיר
די 'אהיים קיין אפריקע' קליפ האט מיר שיער געמאכט פאר א ראסיסט.
איך זע אז יו טוב האט אראפגענומען אפאר קליפס. איז עס ווייל ס'איז אפענסיוו?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:13 pm
דורך petergrifin
@ישראל קאפקע This video is not available
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:17 pm
דורך ישראל קאפקע
אוי, איך זע, איך ווייס נישט פארוואס,
כ'וועל פראבירן צו פארעכטן.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:25 pm
דורך petergrifin
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=x3n_FX-CgrE[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:27 pm
דורך יאיר
איך האב יעצט געזען די אידישע און אזיאנער קליפס. איך האב זיך שוין לאנג נישט געווארפן אזוי פון געלעכטער. די מערסטע איז מיר געפאלן די רעאקציעס פון די אידן:
ערשטער: איך האב נישט גע'הרג'עט יעזוס!
צווייטער: איך שרייב נישט אונטער נאר אויב איך האב געליינט די גאנצע זאך.
דריטער: (נעמט ארויס א פעדער און איז גרייט אונטערצושרייבן).
יא יא, אידן האבן חוצפה. מיי פוט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:40 pm
דורך ביבער
ס'גוט אבער אלע זענען זיי עקטער'ס.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:46 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע: ייש"כ פאר אויף ברענגען די טעמע נאכאמאל. איך האב שוין פאר א יאר צוריק געשריבן איבער דעם קאמידיען און זיין קליפ אין דעם אידישן געשעפט. לפענ"ד איז די גאנצע סצענע אין דעם געשעפט "סטעידזשד" און אלע פראטאגאניסטן אויף יענעם קליפ ארבעטן צוזאמען. גארנישט איז ספאנטאן. אפילו די מכלומר''שטע תמימות'דיגע "קאסטומערס"...און אוודאי נישט דער קעשיער און דער בעה"ב...
דעם צווייטן קליפ ווי ער גייט אין די אפרא-אמעריקאנער געיגנט האביך בכלל נישט געזעהן. נאר אויב מ'האט איהם אנגעבראכן די ביינער איז מיר בכלל נישט קיין וואונדער. זיי רעאגירן א ביסל אנדערש ווען מ'טרעט זיי אויף די הינער אויגן...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 10:43 am
דורך George
וואס וויל ער פונקטליך אקעמפלישן דער ראסיסט? קאמעדי? עס איז בכלל נישט עטיש זיך אזוי אויף צו פירן, צו אינטימידעיטן מענטשען.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 7:29 pm
דורך קאסטנער
פין אלע זיינע קליפערלעך איז מיר די לאכעדיגסטע געווען ווען ער פארקט אינפראנט פין א סופערמארקעט פיקט אויף א באנטש פיט ספאנישע ארבעטסלאזע וועלכע האלטן אז ער נעמט זיי פאר ארבעט וואס פאר דעם שטייען זיי דארט.
די גאנצע נסיעה איז צים לאכן זיי שטייען אויפן פיקאפ טרעקל אין ער מאכט אזעלכע שארט סטאפס אז די חברה טראסקענען ווי כפרות , אין ער מיט זיי איידעלקייט טיט זיך אנטשולדיגן פאר זיי יעדע מאל עקסטער אין בשעת מעשה מורמלט ער זיך אינטער אז עס קימט א גיטס...
צים סוף גיט ער א דרייוו אריין צים לאקעל אימגרעישאן אפיס אין לעשט אויס די אויטא... די חברה אנטלויפן אויף 80 mph ווען בשעת מעשה רייסט ער זיך פאר געלעכטער...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:36 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט וויאזוי די קענסט עפענען א אשכול און אויסלאזען די בעסטע קליפס פון אים.
דא האט איר זיין מלחמה ביים מעקסיקאנער גרעניץ
https://www.youtube.com/watch?v=LoiZNSQU4sI מיט אראבער
https://www.youtube.com/watch?v=1q1ZM5E56VU און דאס איז זיין בעסטע
https://www.youtube.com/watch?v=CbZEyN_kNDE
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:09 pm
דורך יואב
קאסטנער האט געשריבן:פין אלע זיינע קליפערלעך איז מיר די לאכעדיגסטע געווען ווען ער פארקט אינפראנט פין א סופערמארקעט פיקט אויף א באנטש פיט ספאנישע ארבעטסלאזע וועלכע האלטן אז ער נעמט זיי פאר ארבעט וואס פאר דעם שטייען זיי דארט.
די גאנצע נסיעה איז צים לאכן זיי שטייען אויפן פיקאפ טרעקל אין ער מאכט אזעלכע שארט סטאפס אז די חברה טראסקענען ווי כפרות , אין ער מיט זיי איידעלקייט טיט זיך אנטשולדיגן פאר זיי יעדע מאל עקסטער אין בשעת מעשה מורמלט ער זיך אינטער אז עס קימט א גיטס...
צים סוף גיט ער א דרייוו אריין צים לאקעל אימגרעישאן אפיס אין לעשט אויס די אויטא... די חברה אנטלויפן אויף 80 mph ווען בשעת מעשה רייסט ער זיך פאר געלעכטער...
אויב איז דאס עכט, ס'טייטש די חברה זענען נישט סתם שפילערס, איז דאס שוין גארנישט אזא קאמיש און לאכעדיג שטיקל. סארא עקלהאפטיגער סאדיסט.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:11 pm
דורך לעיקוואד
אלע זענען שפילערס.
הגם איך כאפ עפעס נישט די וויץ בכלל. מיר קוקט עס אויס סתם זיך אויפגעפירט ווילד, בכלל נישט קלוג אדער פאני.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:47 pm
דורך מאטי
לעיקוואד האט געשריבן:אלע זענען שפילערס.
הגם איך כאפ עפעס נישט די וויץ בכלל. מיר קוקט עס אויס סתם זיך אויפגעפירט ווילד, בכלל נישט קלוג אדער פאני.
גם אני מצטרף
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:38 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז נישט קיין שפילער'ס
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 5:19 pm
דורך יואב
עזריאל האט געשריבן:ס'איז נישט קיין שפילער'ס
שוין, איך ווייס נישט צו ס'איז טאקע יא געשפילט – וואס דאן גענוי ווי לעיקוואד טו איך נאך אלץ נישט באגרייפן די קאמישע שעפערישקייט וואס ליגט באגראבן דא. דאס איז א מעטטער אף טעיסט, זאל זיין אזוי. לדברך אבער, אז אזא גרוילקייט האט זיך אפגעשפילט אין דער פאקטישער ווארהייט, אפשר זאגסטו מיר טאקע פונקטליך וואס דע בעילה איז אזוי פאני דא? וואס איז דיין גדר בנוגע הנאה האבן פון זען דאס בלוט פון אן אנדערער באשעפעניש צאפלען פאר שרעק? ביהעדן כפרות איז אויך אן אונטערהאלטונג? גראפישע קליפס וויאזוי אייסיס מאכט פריי די העלדזער פון אנדערע הומען-ביאינגס גייט אויך אריין אין דער קאטעגאריע פון קאמעדיע? סתם נייגעריג.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:22 pm
דורך איך אויך
אז דו פארשטייסט נישט די נקודה הפנימית קענסטו פרעגן די זעלבא קשיא אויף אלע טויזענטער קליפס פון פרענקס (פ' דגושה).
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:46 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז א ביטערע מעשה. גארנישט אזוי פרייליך, און ערגער פון אלעם איז אז ער פארופט זיך מיט זיין אידישער נאמען, אבער מ'האט אים געדעקט מיט זיינע ביטערע מעשים אין אויסגעלאזט די מעין האב איך עס צוגעברענגט.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:51 pm
דורך יואב
עזריאל האט געשריבן:ס'איז א ביטערע מעשה. גארנישט אזוי פרייליך, און ערגער פון אלעם איז אז ער פארופט זיך מיט זיין אידישער נאמען, אבער מ'האט אים געדעקט מיט זיינע ביטערע מעשים אין אויסגעלאזט די מעין האב איך עס צוגעברענגט.
יעצט באמערק איך אז כ'האב מיך פשוט טועה געווען צווישן דיר און [tag]קאסטנער[/tag]. סליחה, איך בעט דיך איבער.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 10:08 pm
דורך ישראל קאפקע
עזריאל האט געשריבן:ס'איז א ביטערע מעשה. גארנישט אזוי פרייליך, און ערגער פון אלעם איז אז ער פארופט זיך מיט זיין אידישער נאמען, אבער מ'האט אים געדעקט מיט זיינע ביטערע מעשים אין אויסגעלאזט די מעין האב איך עס צוגעברענגט.
יעצט קוק איבער די קליפס וואס איך האב יא צוגעברענגט, וועסטו זען א חילוק צווישן דאס וואס איך האב יא צוגעברענגט און דאס וואס דו רופסט אן 'די מעין'.
@המלוכה, איך גלייב נישט אז זיי זענען פשוטע עקטערס, כאטש איך קען עס נישט קאנפירמירן.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 8:42 am
דורך לעיקוואד
המלוכה והממשלה האט געשריבן:אלע זענען יא עקטארס אדער נישט? איינער קען ברענגען א מקור צו זיין סטעיטמענט?
אויף איינע פון די קליפס אויף יוטוב (דער מיט אזיאנער דרייווערס) האב איך געזעהן אין די קאמענטס מען שרייבט די נעמען פון די אקטערס.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:19 am
דורך ברסלבער
המלוכה והממשלה האט געשריבן:אלע זענען יא עקטארס אדער נישט? איינער קען ברענגען א מקור צו זיין סטעיטמענט?
Ari Shaffir and his cameraman go around the city showcasing extremely racist and offensive stereotypes against Asians, African Americans, and Jews.
It is heavily implied that all of Shaffir's doings were not rehearsed and done to random people on the street.http://en.wikipedia.org/wiki/Inappropriate_Comedyאיך כאפ אויך נישט פונקטליך די וויצן. עפעס אזא בחינה ווי א אינגל שלעפט ארויס די בענקל און דער צווייטער פאלט אראפ און ער רייסט זיך פאר געלעכטער פון יענעמ'ס צרות.
זעהט אויס אז אויסער די מאסקיטאס זענען דא נאך באשעפענישן וואס האבן הנאה פון צאפן יענעמ'ס בלוט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:28 am
דורך לעיקוואד
implied הייסט ער שפלט ווי כאילו עס איז אזוי, עפעס האלט ער עס איז פאני, עס איז אבער נישט אזוי באמת. כנלע"ד.