[center]אגודת ישראל האלט אפ דעהויבענער 92'טער קאנווענשען אין וואודקליף-לעיק ניו דזערסי מיט גרויס הצלחה[/center]
גדולי ראשי ישיבות ואדמורים און חברי מועצת גדולי התורה האבען באשיינט דעם יעליכען כינוס לשם שמים פון רבנים עסקים מנהיגי העדה וואס רעפּרעזענטירן גרויסע און קליינע אידישע קהילות פון איבער די ברייט פון צפון אמעריקע, די משתתפים האבען זוכה געווען צו באקומען חיזוק איינער פונעם אנדערען און אויך צו הערן דעת תורה פון די מרנן ורבנן עיני העדה על ענינים העומדים על הפרק סיי דא און סיי און ארצינו הקדושה
דער טעמע פון דער קאנווענשען איז געווען: נעמען אחריות. איבער די טעג פונעם קאנווענשען האבען משתתפים געהערט פון גדולי ישראל, רבנים, און מחנכים מפורסמים איבער דער חוב פון סיי פון דעם יחיד און סיי פונעם ציבור בכלל, צו 'נעמען אחריות'
נאך פאר מ'האט באשטימט דער פראגראם פון דעם קאנווענשען איז אגודת ישראל ארויס מיט אויסטערלישען קאמפיין פרענגענדיג ביים עולם וואס חברים וידידים האלטן פאר וויכטיג צו באהאנדלען. דער צוגאנג האט ארויס געברענגט א שטארקער אינטערעס און דעם ברייטער ציבור און עס האט ארויסגעברענגט א גאר נייער פרישער פראגראם אז עס זאלען באהאנלט ווערן ענינים וואס דרוקט אויפען הארצען פונעם ציבור.
איבער די נעקסטע פאר טעג וועלן מיר אי"ה בל"נ געבען אייך די מעגליכקייט צו זען בילדער און צו הערן א גרויסען טייל פון די בעסטע סעסיעס און דרשות, כדי אז איר אויך זאלן קענען הנאה האבען פון דעם תענוג רוחני וואס האט ארום גענומען די משתתפים.
קרעדיט: ר' יוסף ראפאפארט
אגודת ישראל האלט אפ 92'טער קאנווענשען
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
אגודת ישראל האלט אפ 92'טער קאנווענשען
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
מיר ווייסן אז אינו דומה שמיעה לריאה - געוויס פּערזענליך זיך בּאטייליגען און צו זען מיט די אייגענע אויגען דער נאציאנאלע אגודת ישראל קאנווענשען איז פול מאל חשוב'ער, אבער פאר די וואס האבען דאס מאל נישט געהאט די מעגליכקייט זיך צו באטייליגען זענען מיר זיכער אז איר וועט האבען א רוחניות'דיגער הנאה מיט דעם וואס מיר שטעלן אייך פאר דא, כדי כאטש א ביסל קענען א טייל נעמען דורך צו הערען אדער זען רוב פון די סעסיעס פון דער סעקסעספול'ער קאנווענשען.
איבער די פיר טעג פון דעם קאנווענשען וואס האט צוזאם געברענגט אידען פון אלע טיילען פון אמעריקע און אויך פון איירופע און ארץ ישראל, זענען פארגעקומען גאר אינטערעסאנטע סעסיעס ווי עס איז געהערט געווארן דער דבר השם ברמה דורך די מנהיגי האומה רבנים אדמורים אויף אלע ענינים העומדים על פרק פון דעם סדר היום פון יהדות החרידית פון אמעריקע.
דורך געבען א קליק דא וועט איר האבען דעם מעגליכקייט צו זען אדער הערען גאר אינטערעסאנטע רעדעס און סעסיעס פון דעם קאנווענשען.
פאר די וואס ברויכן דאס, קענען שיקן צו yrapaport@agudathisrael.org א בקשה פאר אודיאו פיילס פון דעם גאנצען אדער טייל פון דער קאנווענשען. און זיי וועלען אייך אונווייזען ווי אזוי דאס צו בּאשטעלען.