בלאט 1 פון 1
תולדות א"י רבי - אין שפיטאל
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 9:26 pm
דורך איחוד פעלד
די אידען אין בארא פארק האבען געהאט א שווערע שבת ווען אין מיטען טיש אין פאר דער רבי פין תוא"י נישט גוט געווארען און איז אריין געפירט געווארען אין שפיטאל, בערך 10:30 פרייטאג צו נאכטס, ווען דער רבי האט געהאלטען בערך נאכ'ן עסען די זופ.
א לאנגע צייט האט דער עולם געווארט מיט האפענונג אז דער רבי וועט נאך ביינאכט צוריק קומען און ווייטער ממשיך זיין מיט די עבודת הקדוש פין פירען טיש און טאנצען כמנהגו בקודש.
אבער ווי שפעטער די זייגער האט זיך געריקט האבען אלץ מער מענטשען איינגעזעהן אז דער טיש וועט נישט ווייטער אנגיין.
דער רבי איז אריינגעפירט געווארען אין די שפיטאל מיימאנידיס, און לויט ווי מען שמועסט איז דער רבי אין א גוטע צושטאנד, אבער ער ברויך אדורך גיין א הארץ אפעראציע און באקומען א פעיס מעיקער כדי צו רעגולירען די הארץ.
זאל דער אויבערשטער העלפען און מקיים זיין חכמי ישראל בתוכינו, און שיקען א פולקאמע רפואה שלימה מן השמים צום רבי'ן, ער זאל קענען ווייטער ממשיך זיין אין די עבודת הקודש.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 9:55 pm
דורך סאו וואט
אונטרעסאנט צו באמערקן, אז יעדער מאל ער קומט שנארען, דארף ער קענסעלען זיין טריפ, און צירוק אהיים גיין,
איך האלט ער זאל כאפען דער מעסעדזש און בלייבען אונדערהיים.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 10:16 pm
דורך איחוד פעלד
כסף מנלן?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 8:36 am
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:כסף מנלן?
זיכער: ער האט בליעה"ר א גרויסע משפחה וואס לאנען זיך אן אויף עים. חוץ די ת"ת און מוסדות וואס ווארטן בכליון עיניים אויף זיין געלט וואס ער ברענגט פון חוץ לארץ. די לעצטע פאר יאר. תיכף נאך סוכות לאזט ער זיך ארויס אויף זיינע באזוכן אין לאנדאן און אמעריקע. דא באזוכט ער א סאך יודישע יישובים ווי וומסב"ג, בארא פארק, פלעטבוש און לעיקוואוד.ס'איז א שווערע עבודה און ער ווערט נישט יונגער. זיין משפחה דארפן איינזעהן אז מ'דארף מאכן א פאר שנויים לטובה און זיך רעכענען מיט זיין מצב הבריאות...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 9:06 am
דורך דעמאקראטיע
סאו וואט האט געשריבן:אונטרעסאנט צו באמערקן, אז יעדער מאל ער קומט שנארען, דארף ער קענסעלען זיין טריפ, און צירוק אהיים גיין,
איך האלט ער זאל כאפען דער מעסעדזש און בלייבען אונדערהיים.
דיין תגובה פארדינט ניטאמאל א רעאקציע
(נישט אטאקירן א ניק פערזענליך!)
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 9:12 am
דורך דריידל
איינער זאגט מיר אז ער איז געווען ביים טיש און די רבי האט פשוט צופיל געגעסן. דאס אסאך עסן שטרענגט אן די גוף און העכערט די בלוט דרוק און ס'איז ליידער געשען וואס איז געשען.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 9:45 am
דורך shem-tov
און סזעהט נישט אויס ווי דער רבי זאל זיין געזונט מאכט עקסערסייז. קוים וואס ער רירט זיך א חוץ ביי די געהויבענע מצוה טענצער ווי ער פאלט פשוט אראפ נאך צוויי מינוט לויפן. דאס אליינס וואלט געדארפט זיין א וועיק אפ קאל. בד"וו איך זיך א קליפ ווי דער רבי טאנצט מצווה טאנץ און קען נישט טרעפן. קען איינע ארויפשטעלן ביטע. בקיצור מיר וואונטשן אלע דעם רבין פון ירושלים עיר הקודש א רפואה שלימה.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:32 pm
דורך ראש המדברים
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:45 pm
דורך הדד בן בדד
עס האט מיר לעצטענס געזאגט איינער פון זיינע קינדער אז ער איז זיייער באזארגט אויף זיין געזונט, ווייל ער איז שוין נישט קיין אינגערמאן און ער גיט זיך לגמרי נישט אכטונג דאס געזונט. דארף דאס טאקע זיין א וועיק אפ קאלל פאר אים און פאר זיין משפחה און שטוב מענטשן, זיי מוזן לייגן א דגוש און זעהן ער זאל אכטונג געבן אויף זיין געזונט. א מענטש וואס איז רבים צריכים לו האבן זיינע ארומיגע אן אחריות אכטונג צו געבן אויף זיין געזונט און אים אויך צושטופן און צוהעלפן דערצו.
זאל ער האבן א רפואה שלימה און זיין געזונט און שטארק.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 4:23 pm
דורך שמעקעדיג
כמ"ש וקוי ה' יחליפו כח
נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 10:06 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:כמ"ש וקוי ה' יחליפו כח
און בעקישעס. ווען זיי ווערן אנגעשוויצט...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:36 am
דורך ציבעלע-קיגל
איחוד פעלד האט געשריבן:כסף מנלן?
ענטפערט די גמרא, שנארען. שקורין צדקה בלע"ז
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:45 pm
דורך חכם עתיק
אמאל געזעהן טאנצען ביים טיש אפאר יאר צוריק, עס האט אויזגעזעהן ווי ער איז פיין עקסערסייזט..
זאל ער זיין געזונט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 1:49 am
דורך [NAMELESS]
גייט ער דארט מיט א שפיטאל קלייד ווי א אלגעמיינער בירגער אדער מיט א פול קאלירטע בעקיטשע?
(פארוואס איך פרעג? איך ווייס נישט!)
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 8:50 am
דורך שמעקעדיג
וואס איז דער מצב מיט אים? נאך אלץ אין שפיטאל? גייט ער פירן ערגעץ דעם שבת?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:10 am
דורך ברוך שאמר
איך האב געהערט אז ער איז די שבת פריוואט אין flatbush ביי ר' דוד שארף נ"י