בלאט 1 פון 3
משלי יאיר
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 3:21 am
דורך יאיר
[center]פרק א'[/center]
1. דאס שיינקייט פון אמת איז איר פשוט'ער קליידונג.
2. די וועלט שטייט אויף חי'שע אינסטינקטן.
3. זוך דאס פארשטענדליכקייט אין דאס אומפארשטענדליכע; אנערקען דאס אומפארשטענדליכקייט פון דאס פארשטענדליכע; און פארמייד דיך נישט פון אנטדעקן דאס זעלבסטפארשטענדליכע.
4. א פעסימיסט כאפט זיך אן אויף די גרעניצן פון דער וועלט און בלייבט דארט שטיין.
5. אפטימיזם איז א פאלשע גלויבן וואס ברענגט אמת'ע רעזולטאטן.
6. א הייליגער ליגן איז מטמא די וואס רירן עס אן.
7. רעספעקטיר מענטשן; נישט זייערע באפעלן.
8. האב ליב גאט, נישט זיין באשאף.
9. אויב דיין מאמע'ס מילך איז געווען פארדארבן, שפיי עס אויס.
10. אנערקען דיין נישטיגקייט אין די ענדלאזע בריאה; פארגעס נישט דיין גרויסקייט אז דו קענסט עס אנערקענען.
11. נעם אן טובות ווייל עס קומט זיך דיר; באדאנק זיך ווייל יענער קומט דיר נישט.
12. דער אטעאיסט רופט אן גאט מיט אנדערע נעמען.
13. מען קען נישט באפרייען אן ארעסטאנט פון א תפיסה וואס ער האט זיך אליין געבויט.
14. מאטעמאטיק איז דער שפראך פון די אוניווערס; ליבשאפט איז דער שפראך פון דעם מענטש.
15. וויסנשאפט איז צו קלוגשאפט וואס נומערן זענען צו מאטעמאטיק.
16. דאס גוטס פון דעם שלעכטקייט איז דאס שלעכטקייט פון דעם גוטס.
17. אלעס איז רעלאטיוו, אריינגערעכנט דאס רעלאטיוויטעט.
18. לאגיק שטייט אויף פאראדאקסן – וואס איז אליין א פאראדאקס.
19. מען קען נישט פארלייקענען קיין פאקטן, אבער מען קען האבן אנדערע פאקטן.
20. צופרידנקייט איז דער זעהל אין באלאנס.
21. די עקזיסטענץ פון נעגאטיוויטעט איז א סתירה מיניה וביה.
22. א פארלוירענער מענטש קען זיך נישט אפגעפינען; ווען יא וואלט ער נישט געווען פארלוירן.
23. א קאמפלימענט מעג זיין א ציגל; עס טאר נישט זיין דער פונדאמענט.
24. זאג דיין מיינונג נישט ווייל עס איז זיכער, נאר ווייל ס'איז דיינס.
25. נוץ דיין איגנאראנץ צו פארגרעסערן דיין וויסנשאפט, נישט עס צו פארקלענערן.
26. ווען א נאר וואלט געוואוסט ווי גליקליך ער איז וואלט ער געווען קלוג.
27. קלוגשאפט איז אן אדיקציע; גיב פאר א קלוגן, און ער וועט קלוגן נאכמער (טיילווייז פלאגיאיזירט).
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 7:02 am
דורך פישלע העררינג
ראויין הדברים למי שאמרם! תן לחכם ויחכם עוד (טיילווייז פליאגרירט), וישמע חכם ויוסיף לקח און ברוינפן - ספעציעל אין א פאל וואס די מאמע'ס מילך איז פארדארבן....

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:00 am
דורך איחוד פעלד
מורא'דיג.
ווען די קענסט לייגען אויף דעם א פאטענט. מען וועט עס גנב'נן און קאפירען. און כ'בין נישט קיין פעסימיסט, אבער סוכ"ס איז עס חי'שע אינטינקט.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:39 am
דורך יידל
יאיר האט געשריבן:
ווען א נאר וואלט געוואוסט ווי גליקליך ער איז וואלט ער געווען קלוג.
אילו היו בני אדם מרגישים במתיקות ועריבות התורה היו מתלהטים ומשתגעים אחריה.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:55 am
דורך יואב
פארוואס זע איך נישט דעם שפתיים קישאק סימבאל צווישן די סמייליס?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:19 am
דורך פישלע העררינג
יידל האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:
ווען א נאר וואלט געוואוסט ווי גליקליך ער איז וואלט ער געווען קלוג.
אילו היו בני אדם מרגישים במתיקות ועריבות התורה היו מתלהטים ומשתגעים אחריה.
לשון קדשו פון דער אור החיים הקדוש - למאן דבעי למידע.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:00 am
דורך מאטי
פישל'ע העררינג האט געשריבן:יידל האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:
ווען א נאר וואלט געוואוסט ווי גליקליך ער איז וואלט ער געווען קלוג.
אילו היו בני אדם מרגישים במתיקות ועריבות התורה היו מתלהטים ומשתגעים אחריה.
לשון קדשו פון דער אור החיים הקדוש - למאן דבעי למידע.
מלפנים א "ישראל ווערדיגער ניגון..."
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:22 am
דורך פלאוויוס
אויסגעצייכנט!! יעצט ווארטן מיר נאר אויף א שיר השירים...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:26 am
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:28 pm
דורך יאיר
איחוד פעלד האט געשריבן:מורא'דיג.
ווען די קענסט לייגען אויף דעם א פאטענט. מען וועט עס גנב'נן און קאפירען. און כ'בין נישט קיין פעסימיסט, אבער סוכ"ס איז עס חי'שע אינטינקט.
דעם ערשטן משלי קאפירט מען אויך, והיינו שבחיה.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:29 pm
דורך יאיר
יידל האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:
ווען א נאר וואלט געוואוסט ווי גליקליך ער איז וואלט ער געווען קלוג.
אילו היו בני אדם מרגישים במתיקות ועריבות התורה היו מתלהטים ומשתגעים אחריה.
בעניי פארשטיי איך נישט דעם שייכות.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:31 pm
דורך יאיר
פלאוויוס האט געשריבן:אויסגעצייכנט!! יעצט ווארטן מיר נאר אויף א שיר השירים...
דאס האט מען מיר שוין
אויסגעכאפט.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:59 pm
דורך פלאוויוס
ס'איז נישט אייניג דער שיר השירים פון איין מענטש צום אנדערן. קענסט נאך פרובירן דיין אייגנס.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 5:20 pm
דורך איחוד פעלד
כ'האב אסאך הערות. כ'וועל אנהייבען ביים ערשטען.
דאס שיינקייט פון אמת איז איר פשוט'ער קליידונג.
לדעתי איז דער אמת נאקעט..
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 5:25 pm
דורך איחוד פעלד
די וועלט שטייט אויף חי'שע אינסטינקטן
ווער איז די וועלט? אויב רעדט מען פין די חיות, פשיטא?!
ווידער אויב רעדט מען פין מיך און די, קען נישט זיין, אונזערע החלטות זענען לויטער שכל. ..
אלא מאי מוז זיין מ'רעדט פין בני אדם שמעשיהם דומה לבהמה.
ואכתי קשה, ווייל זייער וועלט שטייט נישט, זייער וועלט איז חרוב. וצ"ע
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:55 pm
דורך יאיר
איך רעד טאקע פון איך און דיך און יעדער איינער. רוב שכל'דיגע באשלוסן ווערן געמאכט צו סערווירן חי'שע אינסטינקטן. מענטשן פארברענגען חדשים און יארן מיט קאפ און מוח אלעס אבי צו האבן נאך אביסל כבוד אדער געלט. די גאנצע רצון פון סורווייוועל און רעפראדוקציע איז א חי'שער אינסטינקט, נישט עפעס א גאוני'שע מסקנא וואס מען קומט צו נאך דורכטראכטן די סוגיא לאורכה ולרוחבה. וכמו שאמר רבינו מאורינו הגר"ד הום זי"ע Reason is the slave of the passion.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:02 pm
דורך ישראל קאפקע
כבוד און געלט זענען חי'שע אינסטינקטן?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:03 pm
דורך יאיר
[center]פרק ב'[/center]
1. קויף נישט דעם אמת עס צו פארקויפן ווייטער; די סטאקס דערפון פאלן יעדן טאג.
2. דאס געשריבענע ווארט איז דער עלעקטרישער שטראם וואס פארבינדט איין חכם צום צווייטן.
3. א גרינגער וועג צו איגנארירן דעם הוה איז זיך צו באהאלטן אין דעם עבר.
4. א גרינגער וועג צו איגנארירן דעם עתיד איז צו ערפינדן א יוטאפיע.
5. פאליטיק איז דער קונץ פון זאגן ליגן אויף דעם פאלשסטן וועג.
6. דאס איינציגע אמת איז דאס אומגרייכבארע.
7. סימבאלן איז א מיטל צו דערגרייכן דאס אומגרייכבארע.
8. ווען נישט חלומות און דמיונות, קעגן וואס וואלטן מיר פארגליכן רעאליטעט?
9. געלט איז די געלונגנסטע אילוזיע וואס די מענטשהייט האט ערפינדן.
10. די שווערסטע באגרעניצונגען זענען די וואס עקזיסטירן נישט.
11. אלעס שטימט ביז מען הויבט אן פארשטיין.
12. יעדער מענטש איז אזוי גרויס ווי דער וועלטל וואס ער באשאפט זיך.
13. די שארפסטע אויגן קענען נישט זען ווייטער ווי דעם מענטשנ'ס האריזאנט.
14. א וואנדערנדער מוח קומט אן איבעראל.
15. דער וואס פארשטייט נישט פילאזאפיע איז אין אפלטון'ס הייל; דער וואס גלייבט עס איז אין זיין קבר.
16. א חכם פילט אן דעם לאך פון נייגער מיט וואונדער.
17. ווען דער נאר האט זיך באקלאגט אויף זיין גורל האט אים גאט געשאנקען שמחה.
18. דעפרעסיע איז די גרעסטע ראי' אויף דעם מענטשנ'ס פאטענציאל צו זיין צופרידן.
19. כדי צו דערגרייכן דעם ציל פון לעבן דארף מען עס קודם באשאפן.
20. דאס לעבן איז קורץ; נישטא קיין צייט זיך צו יאגן.
21. א ליידיגער קאפ דארף האבן א פולער סדר היום.
22. די וועלט איז ווי א רעדל וואס דרייט זיך; וואס נענטער צום צענטער אלס ווייניגער שפירט זיך די שטרויכלונגען.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:32 pm
דורך לעיקוואד
גם אלה משלי יאיר אשר העתיקום אנשי אגם העץ.
וואס איך זאג קען מען אנדערש זאגען: דאס וואס איך זאג נישט קען גאר אנדערש נישט זיין.
דער מענטש ריידט אויף דער חיה, ער ברויך עם געבן א דאנק און א שמייס.
שטרעב ווי א פעסימיסט, ארבעט ווי א אפטעמיסט, און ביידע וועסטו איבערנעמען.
א חכם פרייט זיך פאר זיך און פאר דער נאר. דער נאר איז נאריש פאר ביידע.
עס איז מיין ווארט קעגן דיין זאץ. מיין זאץ קעגן דיין מעשה. אז מ'גייט קערצער קומט מען אן שנעלער.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:35 pm
דורך יאיר
ישראל קאפקע האט געשריבן:כבוד און געלט זענען חי'שע אינסטינקטן?
זיי זענען אינסטינקטן פון דעם מענטשליכן חיה.
אפשר כבוד נישט. מ'דארף אריינקלערן.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:47 pm
דורך איחוד פעלד
האב ליב גאט, נישט זיין באשאף
מה נפשך, איז דא וואס ליב צו האבען אין דער באשאף, פארוואס זאל איך עס נישט ליב האבען.
איז נישטא, פארוואס זאל איך ליב האבען דער באשאפער דערפין?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:50 pm
דורך איחוד פעלד
אויב דיין מאמע'ס מילך איז געווען פארדארבן, שפיי עס אויס.
ווי זאל איך עס אויסשפייען, דא אויף קאווע שטיבל?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:57 pm
דורך איחוד פעלד
. דאס גוטס פון דעם שלעכטקייט איז דאס שלעכטקייט פון דעם גוטס
לא הבנתי כלל.