בלאט 1 פון 1

זיכט סיבות צי פארברענגן מיט די פרוי ביי די מחיצה...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:59 am
דורך זיניגער
איך בין א אינגערמאן שוין יארן נאכן חתונה האבן קע״ה, ב״ה מיר האבן נישט קיין שלעכטע שלום בית, מאכט זיך אבער א שמחה קימען מיר אהיים צעקריגט מרעדט נישט פאר וואכן, דהיינו, מיר האבן נישט פארברענגט ציזאמען ביי די מחיצה, די פרוי איז מלא טענות, משה מעכל מיט די פרוי זיינע האבן זיך באגעגענט ביי די מחיצה כאילו זיי האבן זיך איצט געזעהן די ערשטע מאל נאכן דורכלעבן אוישוויץ אין זיך געטראפן די איינציגסטע איבערלעבער פין זייער דערפל מהאט זיי בשום אופן נישט געקענט אפטיילן זיי האבן זיך ביידע אריינגעקיקט די אויגן אין געשמייכלט מיט אן אויסערגעוועליכער הערצה אין ליעבשאפט אזוי פארטיפט אין א לענגערן אינטעלעקטישער שמיעס וועלעכער האט אנגעהאלטן דעם גאנצן לענג פינעם שמחה.

ביים אנדערן עק פינעם מחיצה האבן זיך גרופירט יוחנן אלימלך מיט זיין שוואגער שלומי ווען פין דער אנדערען זייט האבן זיך ציזאמגעקימען אפאר שוועגעגרנס מיט שוועסטערס אין מהאט געפירט א לעבהאפטיגן שמיעס ווען פין צייט צי צייט טוהט זיך א געקימאכץ אין געגייעכטס אפילו דער פרימער שנה ראשונה כולל אינגערמאן שלום איז אויך שעמעדיג איידעלערהייט ציגעגאנגן כאפן א שמיעס מיט דע פרוי זיינע ארויפקיקענדיג פין צייט צי צייט אויף איר.

ווייטער איך זיץ אליינס אויף מיין פלאץ איך פראביר טראכטן פין עפעס אן המצאה וואס קען זיין געניג סיבה צי ריפן די פרוי צום מחיצה אבער ווי שטערקער איך טראכט אלץ ווייטער ווער איך פין אויפקימען מיט נושא פין וואס צי רעדן מיט איר, ב״ה מיר זענען אין קאנטאקט במשך פינעם טאג דרייסיג מאל אין מיר רעדן אינדערהיים טעגליך פאר שעהן אריכות וואס אזוינס קען מיך יעצט דריקן אויפן מוח אז איך מיז עס יעצט אויפן פלאץ דורכטוהן מיט איר ביים מחיצה? קען עס נישט ווארטן ווען מיר זיצן אין די באקוועמליכקייט פינעם שטוב ביים טיש מיט א גלעזל טיי אין פאפיטעס?

אויב איז עס אן אימערגזענסי האבן מיר ביידע סעלפאונס זי קען מיך אריינריפן.

תיכף מיר קומען אן אהיים הייבט זי אן קאמפלעינען וויאזוי שמחה, משה, יענקל אין מעכי האבן אלע געגאנגן שמיעסן מיט די ווייבער ביים מחיצה אין זי איז די איינציגסטע אויסגעשפילטע פרוי וועמענס מאן שטאט נישט אפ א באזיך ביים מחיצה.

רבותי, איך ציטער היינט ציטאגס פין שמחות, איך קוק מער נישט ארויס דערויף!
איך קוק ארויס אויף אייך פאר אן עיצה ותושיע.

ווער עס האט סיי וועלעכע איידיע א סיבה פארוואס צי גיין ריפן די פרוי ביי די מחיצה אין א גיטער אינטעלעקטישער נושא פין וואס צי רעדן צימווייניגסטן א האלבע שעה זאל ביטע אריינשרייבן דא אין אזוי ראטעווען די שלום בית פין א היימישער אינגערמאן.

(אויך זיין היפלזאם פאר שפעטער וויאזוי משטעלט צאם מיטינגען צווישן מערערע אינדאווידיאלן)

יישר כוח

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:07 am
דורך מאטי
אויב ס'גייט איר אזוי אין לעבן... גלייב איך אז דו קענסט טרעפן אן אויסרייד פארוואס איר צו טרעפן ביים מחיצה. קודם אויב ס'גייט הויכע מוזיק גייט דער שמועס ווי פאלגענד:

ווייב: האב רויסגעבברענגט חיים צוטרע פאסו?

מאן: וואס???? כ'ה נישט!!!

מ'קען גראדע רעדן א האלבע שעה פונעם ענין אז ס'נישטא וואס צו רעדן. חוץ אויב דאס איז בלויז א סימפטאם פון עפעס א טיפערן ענין.
אגב, ס'דא מענער וואס וואלטן זיך געוואונטשן אז ס'ווייב זאל זיי צו רופן צום מחיצה.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:46 am
דורך שמעקעדיג
מאטי האט געשריבן:אגב, ס'דא מענער וואס וואלטן זיך געוואונטשן אז ס'ווייב זאל זיי צו רופן צום מחיצה


:lol: :lol: :lol:
ואיזהו אשה כשירה העושה רצון בעלה.......

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:59 pm
דורך shem-tov
א קלוגער זיידע האט אמאל געזאגט, פאר מיינע קינדער און אייניקלעך וואס קומען צו שמחות און זיי קוקען זיך נישט אן אזש סקוקט אויס זיי זענען צוקריגט, פאר די בין איך נישט באזארגט. אבער פאר די וואס ווען זיי קומען אין פובליק מאכן זיי זיך ווי אלעס איז עפעס אזוי זיס און געשמירט באהבה ואחוה און מען קען זיי קוים צוטיילן פון די בין איך געווענדליך זייער אומרואיג. ודפ"ח

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 1:29 pm
דורך רויטע וואנצעס
זאכן וואס מ'קען טוען ביי די מחיצה.

מ'קען שפילן "פי קא בא".
מ'קען רעדן פון די מיונעטשערס.
מ'קען רעדן ווי קיוט די ווייב זעהט אויס.
מ'קען האבן א רעיס ווער ס'קען שנעלער אפציילן די לעכער אין די מחיצה.
מ'קען צוזאמען קוקן אויף די געלונגענע בילדער זי האט געכאפט.
מ'קען שנארן פון די סוויט טעיבעל.
מ'קען רעדן פון א ברייטע אויסוואל פון לשה"ר אויף די משפחה, ובפרט ווי אימעטשור די קאפלס ביי די מחיצה זענען.
דער מאן קען ענדליך ווייזן זיין ווייב וועלכע סארט קליידער און צירונג ער האט ליב, אן דארפן גיין אין די געשעפטן, וואס ער האט זייער מורא אריינצוגיין.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:26 pm
דורך [NAMELESS]
איך פלעג אייביג קיקן מיט רחמנות אויף די וואס שמועסן ביי די מחיצה, נעבעך זיי האבן נישט קיין צייט צי רעדן אינדערהיים אדער האבן זיי עפעס א עמערדשענסי, יעצט זעע איך אז עס איז גאר א סימן אויף שלום בית,
ששש זאגטס נישט אויס פאר מיין ווייב

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 3:14 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:אגב, ס'דא מענער וואס וואלטן זיך געוואונטשן אז ס'ווייב זאל זיי צו רופן צום מחיצה


:lol: :lol: :lol:
ואיזהו אשה כשירה העושה רצון בעלה.......

יא. אבער דאס גייט נישט ארויף אויפ'ן הערר זיניגער שליט"א... :lol:

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 4:33 pm
דורך zurich
אינטערסאנט ר"ה און י"כ אין ב"ה ווען די פרויען קימען טוט זיך נישט די שמיעסערייען ביים מחיצה...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:07 am
דורך chusid
איךהאב געמיינט אז דער עולם האט טאקע מוראדיגע שלום בית...איך פלעג אהיים קומען צוקלאפט פון א שמחה, איז די אויפגעלייגטקייט און געשמאקייט אויכט נאר א שפיל?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:48 pm
דורך חכם עתיק
רויטע וואנצעס האט געשריבן:זאכן וואס מ'קען טוען ביי די מחיצה.

מ'קען שפילן "פי קא בא".
מ'קען רעדן פון די מיונעטשערס.
מ'קען רעדן ווי קיוט די ווייב זעהט אויס.
מ'קען האבן א רעיס ווער ס'קען שנעלער אפציילן די לעכער אין די מחיצה.
מ'קען צוזאמען קוקן אויף די געלונגענע בילדער זי האט געכאפט.
מ'קען שנארן פון די סוויט טעיבעל.
מ'קען רעדן פון א ברייטע אויסוואל פון לשה"ר אויף די משפחה, ובפרט ווי אימעטשור די קאפלס ביי די מחיצה זענען.
דער מאן קען ענדליך ווייזן זיין ווייב וועלכע סארט קליידער און צירונג ער האט ליב, אן דארפן גיין אין די געשעפטן, וואס ער האט זייער מורא אריינצוגיין.


און אז מען קען פיקען וואס טוט זיך אויף די אנדערע זייט פאלט דיך נישט איין..

ועל זה דוה לבינו