בלאט 1 פון 1

שפאנונג אין פערגוסאן...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:41 am
דורך Bpjew
אין מיזורי איז יו"ט אינדערוואכן די מאסן פלינדערן געשעפטן וואו אויך ברענען היפש א צאל פייערס, און גרויס אויפברויז האבן די מאסן פארברענט א אמערקאנער פאן בשעתן "פרידלעך" פראטעסטן אויף אבאמא'ס פארלאנג אז מען זאל פרידלעך פראטעסטן כדי די שטומעס זאלן דערהערט ווערן,
אבער עס איז ווייט פון וואס מען האט זיך גערישט אז עס וועט אויסברעכן נאכן הערן די "נאט גילטי" פסק.

אין ניו יארק סיטי זענען ארויסגעקומען אין טיימס סקווער הינדערטער מענטשן פראטעסטירן אקעגן דעם אימיושר'דיגן פסק. איי וואס פראטעסטירסטע עס איז דאך געווען א דזשורי פון אימפארטייאישע צוועלעף מענטשן?
נו שוין א קשיא אויף די שחורים ..


ביי די פראטעסט אין טיימס סקווער איז און מיטן ערשינען די פאליס קאמישענער ביל ברעטן האט איינע פון די ציהיצטע פראטעסטירער גענומען א רויטע ליקוואט וואס קוקט אויס וואו בליט און עס געווארפן אויף ברעטן און עס איז געלונגן אויפן קאמישאנער אין פנים,
מען האט יענעם געכאפט און ארעסטירט.