בלאט 1 פון 1

כי בא השמש

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:03 am
דורך דבילה
מיין זון איז מיר אהיים געקומען נעכטן און איבערגעזאגט די חומש מיט א חיות. א שאד נאר אז די אויערן האבן מיר געגרידשעט פון וויאזוי זיין רבי האט פרובירט צי מסביר זיין די זון אינטערגאנג. זעט אויס אז די רבי האט זיך אויך געמוטשעט פארוואס דא שטייט א לשון פון "בא", בכל אופן איז מיין זון נייגעריג געווארן ווי ס'באהאלט זיך אויס די זון אויף דער נאכט, און אויב טאקע נישט אין א קעלער, פארוואס זעמיר דאס נישט, און בכלל וויאזוי "וואקסט" די לבנה יעדן חודש קלענער און גרעסער. די רבי האט מסביר געווען אז דאס איז אלץ מעשה ניסים, און טאקע כדי מיין קינד זאל פארשטיין מה רבו מעשיך ה', האביך אפירגעקראצט עטליכע ווידיאוס וואס 'עלען עם דאס קלאר שטעלן.

צו פארשטיין די עצם מאדעל, וואס דרייט זיך ארום וואס:

http://youtu.be/W47Wa7onrIQ

וויאזוי די טאג און נאכט שאפן זיך:

http://youtu.be/hWkKSkI3gkU
אדער:
http://youtu.be/kVXyi2PAqTk


די וואוקס פון די לבנה ארויף און אראפ (מיט אן היימישן אקסענט):

http://youtu.be/78Zmpuf7h6M

אין מיין באגרעניצטע צייט האב 'ך נאר דאס געטראפן. ווער ס'האט עפעס בעסער ביטע ארויף שטעלן ואחזיק לי' טיבותא...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:08 pm
דורך פישלע העררינג
עקסקיוז מי, [tag]דבילה[/tag]. אויף ענגליש זאגט מען אויך sunset - sunrise.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:55 pm
דורך לעיקוואד
די סיבה פארוואס עס הייסט אזוי אויף ענגליש איז טאקע מסתם א זכר צו די צייט ווען מען האט אזוי געמיינט בפשטות. עס לאזט זיך טראכטען אז טאמער וואלט מען היינט געמאכט די שפראך וואלט מען עס אנדערש גערופען.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:43 pm
דורך דבילה
פישל'ע העררינג האט געשריבן:עקסקיוז מי, [tag]דבילה[/tag]. אויף ענגליש זאגט מען אויך sunset - sunrise.


די תורה איז פיין און זיס. ס'איז דער מלמד'ס טשייניק האקעריי וואס מאכט מיר נערוועז.



פ.ס. דער "טעג" ארבעט מיר נישט, א כפרה...