בלאט 1 פון 2

א שמייכעל גאראנטירט פון סעוועדזש

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 2:08 am
דורך זר זהב
יארן פלעג איך אים אויסהערן און זיך קאטשען פאר געלעכטער. ער איז טאקע היבש פאררוקט און מאאדי, ער איז אבער זייער קלוג, וויטי, סעווי, ער ווייסט אלעס איבער יעדן נושא, ער איז נישט די עוורעדזש טיפיקעל בארינג ראדיא פערסאנאלעטי. פיהלסט ווי ער רעדט פערסאנאל צו דיר אין א קאפע האוז איבער אלעס און אלעמען וואס קומט אים אויפ'ן בויך ארויף.- אין א געוויסן זין איז ער מיין רבי, איך האב מיך געלערנט ענגליש באנעם.

-- סעוועדזש איז דער דריט גרעסטער ראדיא שוי האוסט אין אמעריקע, מיט אן עוורעדזש פון 10 מיליאן צוהערער.

ס'דא אסאך פאני קליפס אויף די וועב, כעל ארויפלייגן וואס איך טרעפ , וואס ס'קען זיין הומאריסטיק אדער אינפארמאטיוו.

סעוועדזש זאגט "נישט לויפן צו פארלירן וואג"
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xWLW62zyzDo[/youtube]

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 2:19 am
דורך זר זהב
ענגלאנד איז א לאנד וואס האט זייער ליעב אריינצונעמען מוסילמענער אימיגראנטן, דיע וועלכע מ'זעט אלץ פראטעסטירן דארט מיט סיינס וועלכע פארדאמט אמעריקע און ענגלאנד... זיי רעדן דארט אין ענדלאנד העצערישע רעדעס אקעגן זייער אייגן היימלאנד און מ'טוט מיט זיי גארנישט. איז אבער דא איין אמעריקאנער וואס האט נישט קיין רעכט א פיס צו שטעלן אין גרויס בריטאניע -- פאר 3 יאר צוריק האט די בריטישע היים סעקרעטארי ארויפגעלייגט סעוועדזש'ן אויף די ליסט פון די וואס טארן נישט איבערטרעטן זייער שוועל...

NPR האט אינטערוויואט סעוועדזש דערוועגן און ס'האט נישט גענומען לאנג אז א טיפיקעל ען פי אר ליבעראלער אריינריפער זאל שנעל צוענדיגן דעם אינטערוויא...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=jPMvqwct2vk[/youtube]

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 2:31 am
דורך זר זהב
העללא, וואס מאכט איר??? וויאזוי פילט איר ???

א קאלער פארזינדגט זיך...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Mgm6NrwZfg4[/youtube]

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 2:44 am
דורך זר זהב
א "כמעט ראביי" רופט אריין סעוועדזש און איז מסביר תורה'דיגע עינינים, סעוועדזש (א איד) ווערט איבערגענומען
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=zPC4-EUHSBA[/youtube]

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 3:14 am
דורך זר זהב
עס צוקער, זאלץ און פוטער און נעם מעדיצין.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=QHjOcGpgT9U[/youtube]

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 8:44 am
דורך בן תמליון
יא דער סעוועדזש איז ריזיג איך וואונדער מיר אויב אונטער זיין גאנצן קאנסערוואטיזם און פייער ליגט א פשוטער לץ וואס הייטערט אויף די מאסן אנטקעגן אלעס און אלעמען אבער לאכט פשוט דעם גאנצן ווועג צום באנק. זיין עכטער נאמען איז מייקעל (מיכאל) וויינער און איז געבוירן אין די בראנקס. ווייסט מען מער איבער זיין אויפברענגען און זיינע יודישע עלטערן? צומאל רעדט ער מיט רעספעקט פאר אידישקייט און פרומע יודן אנדערע צייטן מאכט ער ביטער חוזק. ער קען אויך גאנץ אסאך יודיש.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 8:53 am
דורך זר זהב
ער האט נישט באקומען קיין אידישן חינוך, זיינע עלטערן זענען נישט געווען רעליגיעז. ער איז א צומישטע בריאה. -- ער "קערט" נישט צופיל פאר זיין שוי, ער פעלט אסאך טעג ער רעספעקטירט נישט קיינעם, פאר דעם איז ער געפלויגן לעצטענס פון אסאך סטעישאנס. דאס זאגט מיר אז אים אינטערעסירט נישט צופיל זיין באנק קאנטע...

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 9:02 am
דורך זר זהב
ער האט א פוינט דא.... מאכט נאך ראש לימבא

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=KBu_-fdfJyY[/youtube]

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 9:29 am
דורך אברעמעל
די צייט וואס מ'הערט אים איז געווענליך פארנאכטס ווען דער עולם קומט אהיים פון די ארבעט, איינמאל פרייטאג שפעט נאכמיטאג הער איך ווי ער נעמט זיך באשייגעצן זיינע צוהערער'ס
זענט עטץ נארמאל? וואס הערסטו מיך אויס יעצט, יעצט איז די צייט צו פארברענגן מיט די משפחה, ענק זענען סתם ליידיגגייער'ס...

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 11:08 pm
דורך זר זהב
פאר 3 יאר צוריק האט סעוועדזש אנגעמאכט אזא שטורעם אז ס'האט אויסגעזען ווי ער גייט פארלירן זיין שוי. ער האט געזאגט אז 90% אויטסטיק קינדער (AUTISTIC) זענען פעיקערס.... זיי מאכן זיך, אדער זענען די עלטערן שולדיג פארן זיי נישט געבן א ביסעל חינוך מיט פעטש. מער האט נישט אויסגעפעלט מ'האט אנגעהויבן פראטעסטירן איבער'ן לאנד, אלע מידיע נעטווארקס אין צייטונגען האבן געבוזשעוועט. סעוועדזש האט זיך נישט דערשראקן, און געוויסע דאקטוירים זענען גאר געווען אין שטיצע פאר סעוועדזש.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=wpmTivdGl54[/youtube]

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 11:11 pm
דורך זר זהב
איינע פון די פראטעסטן אין פראנט פון WOR סטודיאס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=2pdq_WelmB8[/youtube]

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 1:25 pm
דורך משה רוקח
ווי און ווען הערט מען אים?

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 1:34 pm
דורך זר זהב
אויף 710 אויפ'ן AM באנד פון 6 ביז 8 איווינינג

פון 6:30 ביז 6:45 ווערט ער איבערגעהאקן פון NBC נייטלי ניוז.

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 1:37 pm
דורך משה רוקח
710 איז ווי מען הערט דעיוו רעמסי יעדן נאכמיטאג, ניין?

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 1:37 pm
דורך זר זהב
יא

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 4:33 pm
דורך זר זהב
א לץ רופט אריין סעוועדזש און זאגט פאר מייקעל אז ער זאל זיך צוריקגיין צו זיין "שטעטעל" אין רוסלאנד פון וואו זיינע עלטערן קומען. סעוועדזש בלייבט אבער נישט שולדיג, און ער געט יענעם מנה אחת אפים.

נישט צו איידל, נעמט אינגאנצן 56 סעקונדען. :lol:
http://www.youtube.com/watch?v=a_OMqypBovc

....gluten free

נשלח: מוצ"ש יוני 30, 2012 11:02 pm
דורך זר זהב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=z53AYCacrBo[/youtube]

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 12:32 am
דורך אברעמעל
אוי איז ער צולאזט איבער די אבאמאקעיר.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:46 pm
דורך זר זהב
סעוועדזש שפילט א אידיש'ן ניגון אויף זיין שאו, און רעדט ארום פון "אידיש"

איך גלייך דעם בילד, פון וואו אידאס?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=2l6ITPg00kU[/youtube]

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 2:16 pm
דורך זר זהב
א צודרייטער אבאמא סופפארטער. זייער פאני.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3Kj1quW7ruE[/youtube]

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 3:42 pm
דורך זר זהב
סעוועדזש: ליבערעלס נעמען איבער סטארבאקס'ס, און ניטאמאל א קאפי באשטעלן זיי

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=pqthFDbIfic[/youtube]

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:00 am
דורך יואב
סעוועדש עקספלאדירט אויף איסלאם, ער פרעדיגט אזוי העסליך דא אויף מוסלאמענער, ווי היטלער אויף אידן.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=FDYy_LF4iE4[/youtube]

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:17 am
דורך זר זהב
דאס איז נישט קיין פארגלייך צו היטלער דאך... און גראדע זאגט ער כסדר די חילוקים פון 'ראדיקאל דזשיהאדיסט איסלאם' ביז די נארמאלע וואוילע. מן הסתם איז דאס געווען נאך עפעס א געזונטע טערראר אטאקע וואס איז ערגאץ וואו פארגעקומען. און מ'דארף אים גראטולירן פאר די קוראדזש אזוי ארויסצורעדן קעגן די איסלאמיק פאשיסטס. קיינער קיינער, נישט לימבאו, נישט הענניטי נישט בעק, קיינער האט נישט זיין גאטס!!