בלאט 1 פון 8

Jimmy kimmel

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 3:41 pm
דורך [NAMELESS]
דער ווארט זשימי קיממעל ווערט אסאך דערמאנט דא און קאווע שטיבעל, ער איז זייער פאפעלער אין די גוישע אין יודישע וועלט, ער ווערט פארעכענט ביי טייל אלץ דער בעסטער קאמידיען אין אמעריקע, ער איז דער עיקר באקאנט דורך זיין late night talk show on ABC ווי אויך פון זיין עקטען אויף פילע מאוויס, רוב פון זיינע קליפס גייט ארויף און די הויכע טויזענטער און געציילטע טעג, ער פארדינט דערפון 10 מיליון דאללער א יאר, אין ער איז ווער 35 מיליון.
זיין סחורה איז על פי רוב אוף א נארמאלע סטאנדארט כשר פאר א היימישער יוד, און זייער אסאך פון זיינע שטיק איז אזעלכע עכטע ישיבישע שטיק וואס שטימט זייער פאר אונזער סארט עולם.
איך גיי נישט אריין ווי גוט ער איז הגם איך האלט פון אים ווייל על טעם וריח... אבער דאס איז קלאר אז ער איז זייער אנגענימען ביי אסאך און ער טויג מוראדיג צו חושען מיט מענטען
מקען נישט ברענגען אלע זיינע קליפס וויאויך קען מען נישט פאסקענען וועלכע ס'איז די בעסטע אבער פטור בלא כלום אי אפשר וועל איך ברענגען איין לעיטלי קליפ
https://www.youtube.com/watch?v=-NZ2jMZlmXs
אין נאך איין וואס איז ארויף געקומען אין דער זייט און איז געוואלדיג https://www.youtube.com/watch?v=HxlGI4OzeBk

איינער פון זיינע באקאנטע מיטשפילער איז זיינס א קאזין מיטן נאמן קאזין סאאל וואס לויט א טייל טויג ער נאך בעסער פון זשימי, דער עיקר ווי זיי ארבעטען צוזאמען אז ביים גיין אויף דער נערווען פון זייער א מומע מיטן נאמען aunt chippy און מיט איר שפילען זיי מורא'דיגע פרענק'ס
דא האט איר איין ווי זיי האבן געשפילט ווי מ'פעינט איר הויז
חלק א' https://www.youtube.com/watch?v=bDcf3cCuRdw
חלק ב https://www.youtube.com/watch?v=cTYJF9XNOSk
דא האט איר נאך איין גוטס https://www.youtube.com/watch?v=8CyTNBViDLk
אויך נישט אוועק צו מאכן https://www.youtube.com/watch?v=AwmgDlAiG7Q
און דא האט איר איינס א מורא'דיגס (נשים) https://www.youtube.com/watch?v=-mWjJNUzhck
דאס איז אויך נישט שלעכט https://www.youtube.com/watch?v=nxreQ6B_t6o

ווי אויך געט זיך קאזין סאאל אפ מיק דערגיין מענטשען אויפן גאס אין ווי נישט,
https://www.youtube.com/watch?v=pBEBoIrFeaw
https://www.youtube.com/watch?v=GR4J2VV1vjo
https://www.youtube.com/watch?v=MjRcGhAA324
https://www.youtube.com/watch?v=rVaZLRr2z4w
https://www.youtube.com/watch?v=RRepMIcjN3A
https://www.youtube.com/watch?v=qdYZlyyu7sw

ער פירט ער א מערכה מיט דעם וואס די וועלט איז בלינד פאר עפעל (ער מיט די רבנים) זעה לינקס
https://www.youtube.com/watch?v=v9JQsXPd41U
https://www.youtube.com/watch?v=txAJBg5QAd4
https://www.youtube.com/watch?v=v6X8I8BgLqI
https://www.youtube.com/watch?v=JiBLTP0j6hI
https://www.youtube.com/watch?v=a-gpEECydWU
https://www.youtube.com/watch?v=rdIWKytq_q4
https://www.youtube.com/watch?v=IlBIc_F3j_w

ער האט אויך א פראגראם וואס הייסט Lie witness news על שם וואס רוב מענשען חלישען צו רעדן צו די מידיע און זענען גרייט צו רעדן אפילו פון זאכן וואס מ'הייבט נישט אן צו וויסן
זעהט די קליפס
https://www.youtube.com/watch?v=AdJFE1sp4Fw
https://www.youtube.com/watch?v=5nTKWYvWW2U
https://www.youtube.com/watch?v=QZSbK_SMkf0
https://www.youtube.com/watch?v=MjKlJd5iOeU
https://www.youtube.com/watch?v=iKtjgxQ1utw

איינער פון זיינע באקאנטע מערכות איז מיט א צווייטען קאמידיען מיטן נאמן מעט דעמאן און ער פירט זיך צו ענדיגען יעדער שאו מיט די ווערטער: My apologies to Matt Damon, we ran out of time. הערט עס דא: https://www.youtube.com/watch?v=YsczUFjhFWE
ווי אויך האט ער איינמאל אראפגעשיק זיין שיק יונגעל Guillermo (וואס אים דארף מען עקסטער באשרייבען) ווען מעט האט געהאלטן אינמיטן ריקארדען א שאו https://www.youtube.com/watch?v=GjGVLuE8sqo
ווען ער איז שוין איינמאל יא געווען אויף די שאו מיט נאך שפילער פארן ארויס קומען מיט א מאווי איז ער געווארן איגנארירט פאר איבער א שעה דערנאך האט דאס פאסירט: https://www.youtube.com/watch?v=FPOSmWicUpg

אין 2012 איז ער געווען א האסט ביי די White House Correspondents' Dinner וואס איז גאר א גרויסע זכיה זעה דא: https://www.youtube.com/watch?v=vK8ID0Eki68

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 4:22 pm
דורך Milk shake
מיין מויל שלאס פילטער לאזט נישט גיין צו אייער לינקס, קענט פליז ברענגען א לינק וואס מיר געפילטערטע פיש קענען אויך צוקומען?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 4:24 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין נישט באהאווענט אין די נושא

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 1:52 am
דורך chusid
it looks like the aunt is just playing alongwith the game

נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 12:14 pm
דורך ונבנתה העיר
דער פרעזידענט האט אן אפראוועל רעיטינג פון 50 פראצענט, 60 פראצענט אמעריקאנער האלטן אז דאס לאנד גייט אין די נישט-ריכטיגע דירעקציע, מיינט דאס אז צעהן פראצענט האלטן... שטימט?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 2:08 am
דורך בעל מדות
עזריאל איך מוז דיר זאגן, דזשימי קיממעל איז געווען ביז היינט נאך אזאך אין מיינע פארשטופטע מח קעמערלעך אהן געבן ספעציעלע אנערקענונג פאר דעם טיווי שאו האוסט, איך האב באקומען דער אויסוואל דא און איך האב אנגעהויבן מיט דעם פרענק ווי זי טרעפט א גרופע פעינטער'ס פעינטן איהר הויז אין מאדנע אומהיימליכע קאלירן, (ווי באקאנט ביי די גוים זענען די הייזער עפעס וואס מען איז באליבט דערין זייער שטארק)
עס האט מיר געברענגט צו לאכן, דאן האב איך געקוקט דער טאג אין בעקעריי, און מיינע גארגלעך האב איך שיעור נישט אויסגעשפיגן פון אזאנע יאמערליכע קולות, טרערן איז מיר גערינען ביים זעהן ווי דער עקספערט באערט דעם מיאוסן קעיק ואין פוצה פה, איהר תמימות איז עפעס וואס ער האט מזל דערמיט און איך קען נישט גלייבן אז א מענטש זאל זיין אזוי פאנאטיש און זיך לאזן אריינפאלן יעדעס מאל באזונדער, האסט מיר צוגעלייגט נאך א פעיווארייט אויף מיין ליסטע וואס איך גיי אנהויבן קוקן, אדאנק און ווען אימער די האסט עפעס ספעציעל ביטע ברענג עס אהער און וועסט מהנא זיין די דזשימי קימל פענ'ס אויף קאווע שטיבל.

האלטסט טאקע אז זי איז נישט קיין געלונגענע אקטיאר? מומע טשיפי זי איז מייסטער אין עולם ה'אילוזיע.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:01 am
דורך [NAMELESS]
ער האט יעדע צווייטע נאכט פרישע סחורה, איינס בעסער פונעם צווייטען. איך דארף מיר נאר אויסלערנען וויאזוי צו דאונלאודען ווידיאוס פון יו טוב פאר די וואס האבן א פילטער

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:50 pm
דורך בעל מדות
נאך אזאך וואס אויב וואלטסט עס געקענט אויסקלארן וואלט איך דיר דאנקבאר געווען, וואס איז דעי שרעקליך מיאוסע מערכה וואס ער ווערסעס דעם אנדערן עקטער מעט דעימען? ממש נישט צום פארשטיין, וואס איז פשט פון זיין שנאה אויף אים און פארוואס זאל א מענטש וואס איז אזוי סוקסעספול, א מולטי מיליאנער, זיך אפגעבן מיטן צעגערן א צווייטער וואס איז סאך קלענער פון אים, אזויווי עס קימט
אינעם יארגאנג פון זעקס?
און פארוואס זאל נאך דעימען גיין צו א שאו פון קימעל נאכן וויסן אז ער האט אים פיינט, דאס וואס ער האט געטוען מיט די פייער איז א פלעין מיאוסע זאך! מענטשן צאלן געלט פאר איינטריט טיקעט'ס און דא קימט ער און הארגעט אפ דעם שאו ווייל ער וויל ציפיקסן דעימען?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 4:05 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז דא גרויסע חילוי דיעות וואס ס'האט אנגעמאכט די מחלוקה.
בנוגע פארוואס ער איז געגאנגען איז ווייל ס'איז געווען םאר א מאווי ווי דעימען האט גע'עקט און די הויפט עקטערס זענען געקומען צו די רקיממעל שאו פאר עדווערטייזמענט און ער האט געמוזט מיטקומען,

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 5:11 pm
דורך בעל מדות
איך זעה אסאך אידן גייען צו הרב קימל, עזריאל קימסט?
געוואלט לייגן א בילד ווי אידן זיצן ביים שוי נאר עס מאכט פראבלעמען.
די פייל איז צו גרויס וכדו.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 5:20 pm
דורך [NAMELESS]
איך קום שוין פון דארט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 5:56 pm
דורך קאצקע ציקער
בעל מדות האט געשריבן:איך זעה אסאך אידן גייען צו הרב קימל, עזריאל קימסט?
געוואלט לייגן א בילד ווי אידן זיצן ביים שוי נאר עס מאכט פראבלעמען.
די פייל איז צו גרויס וכדו.

לייג עס מיט קאפי.
Copy.com

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 6:55 pm
דורך [NAMELESS]
געב מיר אינסטרוקשענ'ס וויאזוי דאס צוניצען

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:41 pm
דורך איך אויך
איך פארשטיי נישט ווי אזוי ערוואקסענע מענטשן קענען זיין אזוי נאיוו. די פייט מיט מעט דעימן איז אזוי אבויוסלי סטעיגד ,מען קען זיי זעהן אויף פארשידענע קליפס צוזאמען.

וואס יא עפעס א עכטע פייט האבען זיי געהאט איבער א גירלפרענד מרת שרה זילבערמאן אבער איך וואלט נישט געווארן צו שטארק סורפרייזד אויב ביום מן הימים געפינט מען אויס אז יענס איז אויך געווען סטעיגד.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:45 pm
דורך [NAMELESS]
מהיכי תיתי? זיי זענען צוזאמען אויף ווידיאוס ווייל זיי זענען און די זעלבע ליין און זיי באטייליגען זיך ביי די זעלבע מעמדים.
די מחלוקה מיט מרת שרה זילבערמאן איז ארויס געברענגט געווארן דורך דעימאן, וואס האט איר געצאלט גרויס געלט, די קליפ קען מען נישט דא ארויף לייגען. אבער זיך עס אויף יו טוב אז די ווילסט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:36 pm
דורך [NAMELESS]
גאנץ גוט
youtu.be/75b2hTl2T2E

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 12:08 am
דורך [NAMELESS]
א גרויסע מערכה פירט יעצט אונזער רב קעגן די געשעפטן וואס ווילן סטאפען שאפינג בעגס פאר די אינוויירעמענט אבער טיילן רעסיט'ס פון דא ביז ארוגווי.

youtu.be/8TL-y7P4sfw

youtu.be/kDOnj9MlVFw

youtu.be/PX3aXfNsIUw

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 12:27 am
דורך [NAMELESS]
וועלעכע לא לנו נעמט נאך די ריסק צי קימען אויף.זיין שאו? ער צימאלט יעדעם איינעם,

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 12:44 am
דורך רויטע וואנצעס
די מחלוקה מיט דעימאן איז א לאנג ראנינג דזשאק. יעדער וואס האלט מיט במשך די יארן פארשטייט עס.

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 12:55 am
דורך בעל מדות
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די מחלוקה מיט דעימאן איז א לאנג ראנינג דזשאק. יעדער וואס האלט מיט במשך די יארן פארשטייט עס.

עס וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן אויב איר קענט עס אין קורצן מסביר זיין.

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 1:14 am
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 1:41 am
דורך [NAMELESS]
דאס איז נישט עכט קיממעל

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 10:11 am
דורך [NAMELESS]