בלאט 1 פון 1

ווי אזוי צו פירן א ציוויליזירטע דעבאטע

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:34 am
דורך שמעקעדיג
איך בין מסופק צי עס ברויך א נייע אשכול, אבער נאכן שוקל זיין האב איך באשלאסן אז יא, עס איז כדאי א אשכול לעצמו, יעדעס ווארט איז וויכטיג און ריכטיג צו האבן פאר די אויגן.

הרב יואל אשר לאבין שרייבט לעצטע וואך אין דער מאמענט איבער דעם ענין ווי אזוי צו פירן א נארמאלע דעבאטע, און שמועסט אויס געוויסע כאראקטעריסטישע משוגעת'ן וואס מאנכע זענען זיך נוהג אריינצואווארפן אין א דעבאטע. ווי צב"ש דער "שטרוי מאן", אדער "אד הומינעם" אטאקעס. ער צולייגט אלעס אויף טעלערלעך אויף קליין געלט און איז מסביר בטוב טעם ודעת דעם גאנצן נושא. לייענט און האט הנאה, און לערנט אייך ווי אזוי צו פירן א געזונטע שמועסט און דעבאטע.

להוי ידוע, איך וויל נישט ח"ו שאדן מאכן פארן מאמענט מיטן ארויפקאפירן ארטיקלען; ענדערש זאל דאס דינען ווי אן אדווערטייזמענט פאר די שיינע ארטיקלען וועלכע ערשיינען דארט, און אויב וועלן זיי לכבוד דעם פארדינען נאך עטליכע קאסטומער, והי' זה שכרי.

.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:38 am
דורך איש את רעהו
מען דארף ווען לערנען כללים ספעציעל דא מיט די עולם וויאזוי נארמאל צו פירן וויכוחים אן אריינפאלען אין נארישע קריגערייען.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:44 am
דורך לית דין בר נש
איך האב נעכטן געפירט א לאנגע ויכוח מיט יואל אשר אויף דעם נושא און פארשטייט זיך ער איז געבליבן מיט די צונג אינדרויסן ווייל ער האט זיך געהאלטן צו די פראנציפן און איך האב גיקענט נוצן אד הומינעם און שטרוי מענטשן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 11:02 am
דורך יין שרף
בכלל געפעלט מיר נישט די נאמען רבי נתן פארצאוויטש...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 11:08 am
דורך איש את רעהו
יין שרף האט געשריבן:בכלל געפעלט מיר נישט די נאמען רבי נתן פארצאוויטש...

עס איז א טעות רבי נחום די בעל חידושי רבי נחום.
viewtopic.php?p=238141#p238141

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:18 pm
דורך בר דעת
רבי נחום איז א גאר צענטראלער פיגור אין עולם הישיבות. מען לערנט נישט יבמות אן רבי נחום. ער איז געווען ראש ישיבה אין מיר, און אן איידעם ביים ראש ישיבה רבי חיים שמואלעוויטש

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:20 pm
דורך כוכב
דער וועלט באקאנטער מגיד שיעור רבי אשר אריאלי איז זיין איידעם.
בעיקר זענען באקאנט זיינע שיעורים אויף יבמות גיטין און בבא קמא.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:41 pm
דורך יידל
אמאל געווען אן אשכול אין קאווע שטיבל מיטן קעפל "לאגישע שטרויכלונגן אין דעבאטעס". אין כל חדש תחת השמש...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:47 pm
דורך טאמבל סאס
לייענענדיג דאס האט זיך מיין הארץ צעבענקט נאך יואל אשר'נס מאמרים, צוריק אין די טעג ווען איך פלעג מער לייענען די אידישע צייטונגען. אבער כ'מוז זאגן, ממש די אידישע לייען מאטריאל ווערן ארגער מיום ליום. ס'איז נישט צו דערקענען. נתן פארצאוויטש רח"ל

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:51 pm
דורך שמערל
ווער דארף נאך קאווע בלעטער, מיר האבן די מאמענט...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 2:28 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן:בכלל געפעלט מיר נישט די נאמען רבי נתן פארצאוויטש...

יי"ש: זיי בארואיגט. ס'איז מיט א "פא דגושה". מיט א פינטל. אוודאי ווען דו אדער איך וואלטן געהאט א זיידע מיט אזא נאמען וואלטן מיר זיך געשעמט. אפשר נישט. ווייל ער וואלט געקענט זיין דער גרויסער ראש ישיבה אדער משגיח אין די מיר אדער פאניעוויטש.... :lol:

נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 3:12 pm
דורך איש את רעהו
כוכב האט געשריבן:דער וועלט באקאנטער מגיד שיעור רבי אשר אריאלי איז זיין איידעם.
בעיקר זענען באקאנט זיינע שיעורים אויף יבמות גיטין און בבא קמא.

ער האט איבערגעלאזט תלמידים שטארק קלארע לערנער'ס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 2:22 am
דורך מעקס
ש'כוח פארן ברענגען דעם ארטיקל אויף מיר וועסטו קענען זאגן אז אויב קויף איך דעם איינמאל דעם מאמענט וועס עס זיין בזכותך.
ער שרייבט גוט יואל אשר פון די בעסטע פענעס ביי אינז אין וועלטל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:51 am
דורך שמעקעדיג
ער האט גראדע נאך א מעכטיגע ארטיקל דעם חודש אין דער שטערן איבער עוועילעבל פרנסות וואס "פאסט נישט" פאר היימישע יונגעלייט, אקעגן חז"ל פון פשוט נבילה בשוק... אבער דאס באלאנגט נישט אין דעם אשכול.