בלאט 1 פון 1

עפענען אינטערנעט וואס איז פארמאכט געווארן

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 11:58 am
דורך לאדיך אפ
דבילה האט געשריבן:געהערט פון א כלי שני:

הרב י"ז גיפס דומץ ווין ב"פ האט נעכטן נאכט ביים שיעור צוגעגרייט א טעקנישאן אויף די זייט און אזויווי די בעלעבאטים זענען אריין געקומען האט ער זיי געהייסן ווייזן די סמארטפאונס און דיסעיבלט די אינטערנעט...


וועלכע סמארט פאונס? אויב איז עס בלעקבערי און זיי האבן ארויפגעלייגט היט דיינע אויגן קען מען זיי שיקן די סיריעל נומער (וועלכע מ'זעט ווען מ'דרוקט צוויי מאל אויפן בלעקבערי קנעפל
בילד

און מ'וועלט אויס "GYE app". פון אונטען איז דt א סיריעל נומער. מ'אימעילט דאס צו bb@venishmartem.com און מ'שרייבט אז מ'דארפ די פעסווארד ווייל איינער האט ארויפגעלייגט גארד יור אייס אן פרעגן, און ביז 24 שעה באקומט מען די פעסווארד צו אנלאקן די בראוזער און עפפ סטאר.

אויב האבן זיי ארויפגעלייגט everylock דארף מען אימעילן support@everyappmobile.com אויף אינסטרוקשענס וויאזוי עס צו אראפנעמען.
איז עס אן אייפאון וועלכע ארבעטן מיט רעסטריקשאנס, דאן איז שוין שווערער. זע דא.

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 8:44 am
דורך בן תמליון
בין איך נישט זיכער עס איז אין פלאץ צו פארציילן דוכט זיך אבער אז מען קען זיך אומקערן מיט יעדן סארט פילטער. אט למשל איז מיר גרינג אנגעקומען צו אויסלעשן K9 און צוריקשטעלן כאילו לא היה. סאיז אפשר נישט כדאי צו מפרסם זיין די אלע אומוועגן אבער אז עס וועט קומען צו א מצב מען וועט זיך באגוואלדאנען אויפן ציבור שלא ברצונם וואלט אפשר כדאי געווען צו מפרסם זיין די אינפארמאציעס אלס א קאנטער מיטל. די רבנים דארפן קומען צום פארשטאנד די טבע פון אינטערנעט איז אז עס לאזט זיך נישט קאנטראלירן וויפיל מ'וועט פראבירן מדארף פילטערן די מוחות נישט דומם מאשין.

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 11:00 pm
דורך פינטאו
איז מעגליך ארויסצונעמען K9 אויב די פאון איז נישט רוטעד? (רוטעד ווייס איך אז מ'קען)

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 11:04 am
דורך משולם שטיינפעלד
בן תמליון האט געשריבן:בין איך נישט זיכער עס איז אין פלאץ צו פארציילן דוכט זיך אבער אז מען קען זיך אומקערן מיט יעדן סארט פילטער. אט למשל איז מיר גרינג אנגעקומען צו אויסלעשן K9 און צוריקשטעלן כאילו לא היה. סאיז אפשר נישט כדאי צו מפרסם זיין די אלע אומוועגן אבער אז עס וועט קומען צו א מצב מען וועט זיך באגוואלדאנען אויפן ציבור שלא ברצונם וואלט אפשר כדאי געווען צו מפרסם זיין די אינפארמאציעס אלס א קאנטער מיטל. די רבנים דארפן קומען צום פארשטאנד די טבע פון אינטערנעט איז אז עס לאזט זיך נישט קאנטראלירן וויפיל מ'וועט פראבירן מדארף פילטערן די מוחות נישט דומם מאשין.

אויף א פאון אדער אויף א קאמפיוטער?