בלאט 1 פון 2

קורץ און שארף: צו וועלכן מין געהערט דאס ווארט?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 3:41 pm
דורך יואב
ס'איז פארהאן א שיין ביסל ניקס וואס ווילן אז זייער שרייבווערק זאל נאכקומען די פארשריפטן פון די גראמאטישע כללים אויף דער אידישער שפראך. ווי פארשטענדליך איז דער ריכטיגער מין צו וועלכן א ווארט באלאנגט פון דעם אלף-בית אין אידישער גראמאטיק וואס עמיצער זאל נאר וועלן וויסן. נישט אייביג אבער איז פונקט שייך צו נאכקוקן א געוויסע ווארט אין א ווערטערבוך, צו טייל מאל טרעפט מען נישט דאס ווארט וועלכע מען זוכט. אלזא וויל איך ווידמען א ווינקל דא וואו דער עולם זאל קענען פרעגן און ענטפערן איבער ספעציפישע ווערטער צו וועלכן מין זיי געהערן – קורץ און שארף. פאר טייל זענען די זאכן נישט קיין חידושים, קענען זיי זיכער אהערקומען ארויסצוהעלפן אנדערע.

איך בעט מ'זאל נישט פארדרייען דעם אשכול צו לענגערע אפהאנדלונגען, כללים, ספעללינג אדער טענה'רייען וואס פאר אזאנע צוועקן זענען שוין פארהאן מערערע אשכולות.

צו געבן דעם טאן וועל איך אנהייבן מיט ווערטער וואס ווערן גענוצט דא אין שטיבל אויף א טעגליכן פארנעם. ובזה החלי:

דער אשכול
די תגובה
דאס ווארט
די שורה
דער זאץ
דער פאראגראף
די נקודה
דער פונקט
די רגע
די סעקונדע
די מינוט
די שעה
דער טאג
די נאכט
דער מארגן
די וואך
דער חודש
דאס יאר
די זון
די לבנה
דער שטערן
די וועלט (ווערט אפט געשריבן נאך א פרעפאזיציע = דער)
דער מענטש
דאס לעבן
דער גוף
די נשמה
דער מח
דער קאפ
דער בויך
דער רוקן
די האנט
דער פוס
דאס אויג
די נאז
דאס מציאות
דער פאקט
דאס שטיבל.


בכדי נישט צו פארדרייען דעם אשכול פון מיין ארגינעלער כוונה, וויל איך נישט דערמאנען סתם אזוי גראמאטישע כללים. צו וועלן אבער זיין אויסגעהאלטן ביים שרייבן דעם ריכטיגן מין צו וואס א ווארט באלאנגט, איז וויכטיג צו נעמען אין אכט דאס אז ממש אלע באשטימטע ארטיקלען, אזוי אויך אלע סופיקסן אפילו פון אומבאשטימטע ארטיקלען וועלן מוזן געענדערט ווערן אויב שרייבט מען דאס זאכווארט באלד נאך א פרעפאזיציע. בכהאי גוונא נעמט דער באשטימטער ארטיקל (אזוי אויך שטייצעך דער סופיקס) אן דעם דאטיוו פאל. לשון זכר: דער/דעם - לשון נקיבה: די/דער - לשון סתמי: דאס/דעם און לשון רבים בלייבט אייביג "די".

ואלו קצת מהן: אויף, אונטער, איבער, אין, אן, ארום, אלס, ביז, ביי, בנוגע, בעפאר, בשעת, דורך, דורכאויס, העכער, ווי/אזוי ווי, וועגן, זינט, כאילו, לגבי, לויט, מיט, נאך, נעבן, פאר, פון, צווישן, צו, צוליב און קעגן.

ס'איז לכאורה דא נאך וועלכע איך געדענק נישט אויף דער מינוט, נאר פאר די וועלכע זענען נישט געווען קלאר איבער דעם ביז יעצט האף איך דעט יו גייס גאט דע הענג אף איט. נעמט אין אכט: טייל פרעפאזיציעס באשטייען פון ווערטער וועלכע האבן האבן מער ווי איין באדייטונג – ביי אן אנדערן טייטש מוז דאס ווארט לאו דווקא זיין א פרעפאזיציע.

דער עולם ווערט געבעטן צו האקן – נישט ממש די זעלבע ווערטער אבער ענליך.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 6:25 pm
דורך כוכב
אן איז א פרעפאזיציע?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 7:47 pm
דורך יואב
כוכב האט געשריבן:אן איז א פרעפאזיציע?

יא, מיט א קמץ, without – אויב שטייצעך איז דא א זאכווארט דערנאך.

אן דער הילף פון כוכב, וואלט כמעט קיינער נישט צו געשטעלט ארטיקלען. #אראמא

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 12:08 pm
דורך כוכב
הארץ, זכר אדער נקיבה?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 12:14 pm
דורך פישלע העררינג
כוכב האט געשריבן:הארץ, זכר אדער נקיבה?

ראה כאן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 12:15 pm
דורך יואב
כוכב האט געשריבן:הארץ, זכר אדער נקיבה?

סתמי. דאס הארץ.

אין לשון קודש איז דאס טאקע א לשון זכר.

ווי איז א קאניוקציע

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 2:28 pm
דורך מוישע
"ווי" איז נישט קיין פרעפאזיציע. עס איז א קאניוקציע אדער פאבינדונג ווארט, און דערנאך קומט נאמינאטיוו און נישט דאטיוו.
מען זאגט צ.ב.ש: ווי דער רבי און נישט ווי דעם רבי'ן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:00 am
דורך יואב
מוישע האט געשריבן:"ווי" איז נישט קיין פרעפאזיציע. עס איז א קאניוקציע אדער פאבינדונג ווארט, און דערנאך קומט נאמינאטיוו און נישט דאטיוו.
מען זאגט צ.ב.ש: ווי דער רבי און נישט ווי דעם רבי'ן

דאס ווארט "ווי" פארמאגט מערערע באדייטן. ס'קען מיינען How, as, as if, such as and like.

ס'איז "אויך" א conjunction, אבער קען "אויך" דינען אלס מערערע parts of speech.

אין ענגליש קען דאס ווארט like ווערן גענוצט "אויך" אלס א פרעפאזיציע – בתוך מערערע חלקים פון רעדן. כ'האב נישט געזען פארוואס אין אידיש זאל מען דאס נישט קענען באטראכטן אין די זעלבע פעלער ווי א פרעפאזיציע אויב איז דער ציל אייניג. למעשה האב איך טאקע נישט געשריבן סתם אזוי "ווי" נאר דוקא געשטעלט א סלעש מיטן ווארט "אזוי ווי"; אזוי אויך האב איך אונטערגעשטראכן דאס אז נישט אייביג זענען טייל פון די ווערטער בלויז פרעפאזיציעס.

קען טאקע זיין אז אין אידיש איז דאס כמעט נישט נוגע ווען מ'רעדט פון פרעפאזיציעס, און כ'האב טאקע דאס נישט געזאלט האבן אריינגעפלאכטן צווישן די פרעפאזיציעס וועלכע ווערן גענוצט אויף א טעגליכן פארנעם. מיין ציל איז נישט געווען גרעסער צו מאכן דעם נומער פון פרעפאזיציעס, נאר ליבערשט געבן פאר דעם לייענער א באגריף איבער וואספארא סארט ווערטער ס'רעדט זיך.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 10:52 am
דורך מוישע
יעדע שפראך מיט אירע כללים. א ווארט קען זיין אין ענגליש א פרעפאזיציע און אויף אידיש א קאניוקציע, און מען דארף נישט מישן צווישן די שפראכן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 10:55 am
דורך כוכב
לעבן, זכר אדער נקיבה?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 10:56 am
דורך יואב
כוכב האט געשריבן:לעבן, זכר אדער נקיבה?

 סתמי. דאס לעבן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 11:29 am
דורך יואב
מוישע האט געשריבן:יעדע שפראך מיט אירע כללים. א ווארט קען זיין אין ענגליש א פרעפאזיציע און אויף אידיש א קאניוקציע, און מען דארף נישט מישן צווישן די שפראכן.

ביזט גערעכט, ס'מוז נישט זיין די זעלבע פון איין שפראך צו דער צווייטער. אבער אפגעזען צו ס'קען אין אידיש זיין א פרעפאזיציע צו נישט, האט למעשה דאס ווארט "ווי" מער ווי איין באדייטונג. ס'איז נאריש צו זאגן אז "ווי" גייט אייביג זיין א conjunction אויף אידיש, ווען אין פאקט סערווירט דאס ווארט מער פון בלויז איין חלק פון רעדן. וואס איך מיין צו זאגן: נישט ווייל אין ענגליש איז א ווארט דאס צו יענץ מוז דאס אזוי אויך זיין אין אידיש. יעדע שפראך האט מערערע parts of speech, און אויב איין ווארט האט מער ווי איין באדייטונג קען דאס זעלבע ווארט האבן אנדערע צוועקן.

בכלל, וואס איז טייטש "מ'דארף נישט מישן"? הערט זיך ווי עפעס א הקפדה פון א באבע. מ'ברויך טאקע נישט מישן, נאר אז ס'מאכט סענס מאכט דאס סענס.

שכח פאר דיין קאנסטראקטיווע קריטיק בכל אופן. אז איר זענט טאקע אזא עקספערט אין אידישע כללים, נו אפשר זאלט איר שרייבן אביסל מער דא, זאל דער עולם ואני הקטן בתוכם הנאה האבן פון אייערע ידיעות איבער שפראך און גראמאטיק. מיר ווארטן מיט שפאנונג!
[tag]מוישע[/tag]

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 8:37 am
דורך אפטעמיסט
היסטאריע?

[tag]יואב[/tag]

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 8:51 am
דורך כוכב
נקיבה.
כלל גדול, יעדעס ווארט וואס ענדיגט זיך מיט אן ע' איז נקיבה.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 8:53 am
דורך אפטעמיסט
ווייסעך. ס'איז דאך אבער דא יוצאי מן הכלל, נישט אזוי?

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 8:56 am
דורך שמערל
איך בין א גאר קנאפער גראמאטיקער, אבער פון זכרון דענק איך אז מען שרייבט די היסטאריע

כללים פאר דער/די/דאס, קורץ און שארף.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 9:57 pm
דורך ישראל קאפקע
פון 'מעלות'.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 10:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
כוכב האט געשריבן:אן איז א פרעפאזיציע?

וואס מיינט א פרעפאזיציע?

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 10:42 pm
דורך פרייוויליג
אינפארמאטיווע אשכול. יישר כוחכם.

״דאס אויג״, ״די אויגן״.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 11:18 pm
דורך אפטעמיסט
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:אן איז א פרעפאזיציע?

וואס מיינט א פרעפאזיציע?

Preposition

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 8:11 pm
דורך berlbalaguleh
איך ווייס נישט אויב דאס איז דער ריכטיגער אשכול. אבער איך וויל וויסן אויב דאס ווארט דילמא...איז דאס זעלבע ווי דילעמא. וואס די אריגין דערפון איז פון גריכיש. און ס'איז אריין אין לעקסיקאן פון תלמוד...!

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 8:21 pm
דורך ישראל קאפקע
מן הסתם יא.

קוקט אויס אז ביז די זעכצנטע יארהונדערט האט עס געמיינט סתם 'אויסוואל' אדער צוויי מעגליכקייטן. פיל נענטער צום טייטש אין גמרא.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:36 am
דורך טיכטיגער
הערליכע אשכול.
יעצט אן עם הארצישע פראגעלע. וויאזוי ווייסט מען ווען א ווארט געהערט צו וועלכע מין, ווען איז א ווארט א זכר, נקיבה צי סתמי?