בלאט 1 פון 1

למעשה # 11מען מוז נישט מוזן!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 12:36 am
דורך [NAMELESS]
מען מוז נישט מוזן!
טיפישע סצענעס אין אונזער לעבנסשטייגער, משה שפאצירט אהיים פין מקוה ער''ש מיט זיין יענקעלע אין שטרעקט עם אויס א צענער דא האסטי מען 'מוז' קויפן בלומען פאר מאמי איך 'קען נישט' אהיים קימן אן דעם, נאכן אהיימקימן בשעת'ן קייען די געשמאקע טועמיה וואס די אשת חיל האט 'געמוזט' צוגרייטן , סקענט ער אדורך די דריי זייטנדיגע דבר יום ביומו (וי''ג גוט שבת ואלו ואלו דא''ח) אה! משה ברוך האט געטון א שידוך מיט יענקל זרח כ'מוז עם רופן זאגן מז''ט אין איך מוז שוין רופן די אנדערע מחותן ווייל ס'פאסט, שפעטער גייט ער אין ביהמ''ד באצירט מיטן שטריימל לתפארה וואס ער האט 'געמוזט' קויפן ביים בכור'ס חתונה אין גריסט גוט שבת פאר אלע אידן וואס ער מוז, נאך די סעודה נעמט מען ווידער אפיר דעם מגילת דבר יום אין מען מוז גיין צי 3 זכרים, שבת ציפרי מוז מען גיין צי קדשים יו''ט מוז מען גיין באזוכן טאטע\שווער חוה''מ מוז מען טראגן די קונדער וכו' וכו'
אזוי קען מען מאריך זיין עד שתכלה היריעה אבער איך מיין אז יעדער כאפט די כונה, א גרויסע פראצענט פין זאכן וואס מיר טוען , טוען מיר ווייל מען מוז אין מען טראכט נישט לאגיש פארוואס מען מוז, אין ממילא פאלירט דאס דער גאנצער תוכן וואס דאס וואלט געקענט פארמאגן, דהיינו אנשטאטס צו קויפן בלומען ווייל איך וויל ציפרידן שטעלן מיין אשת אהובים אין מרבה זיין מיט דעם אהבה וריעות בינינו טיט מען דאס ווי א טריקענע חיוב אן קיין תוכן , אין אזוי אויכט די גאנצע אופן פין גיין צי שמחות פאלירט דער טעם אין מען גייט ווי א שור לעול וחמור למשא וויל מען מוז, נישט יענעם משמח זיין (אין היינט גייט עס שוין אז דער בעל שמחה רופט ווייל ער מוז אין יעדער קימט ווייל מען מוז)

אין דער פראבלעם גייט נאך טיפער, אז מען איז פארנימן אלץ טין ווייל מען מיז אן קיין לאגיק לעבט מע זיך אריין, אין די קינדער וואקסן אויף אין אזא 'טין ווייל מען מוז' קולטור אין מען ווערט געפראגרעמט אז מען דארף טין געוויסע זאכן 'ווייל מען מוז' אן עפלייען לאגיק דערצו , ממילא 'מוז' מען זיך צישטעלן צי די געזעלשאפט, דער בחור וואקסט אז מען דאווענט ווייל מען מוז, מען לערנט ווייל מען מוז, מען מוז חתונה האבן, מען מוז רעדן א שעה ביים בישאו, מען מוז געבן א רינגל אין א נשיקה אינעם יחוד שטיבל, אין מען מוז קויפן מתנות יעדע יומא דפגרא, אין אזוי פארט מען אויפן באן ווען מען היפט איבער אויף די תוכן שבתוך הדברים אין מען טיט איבריגע זאכן ווייל מען מוז,

וואס איז די עצה למעשה? עס איז נישטא עכט קיין עצה מען דארף זיך פשוט ארויסזען פונעם פראבלעם , מען דארף זיך דורך טראכטן אין אריינהאקן אין קאפ אז 'עבדי הם ולא עבדים לעבדים אחוץ פאלגן דעם בורא יתברך מוז מען גארנישט טין אין אויף יעדע זאך וואס מען טיט דארף מען איבערטראכטן פארוואס טי איך דאס? וואס איז די לאגיק אין נישטלאזן פאר א אפשן פאר אתירוץ 'ווייל מען מוז', אין מען דארף דאס איבערגעבן פאר די קינדער אלץ א חלק פונעם חינוך, אז מען טיט נישט אן וויסן די לאגיק אינטער דעם, פארוואס מען טיט דאס, זאכן פין אידישקייט דארף מען וויסן אין אויסלערנען די מקור הדברים, צי תורה צי דרבנן צי מנהג אאו''ו, אין עניני חולין די לאגיק אינטער דעם, אזוי וועלן זיי אויפוואקסן וויסענדיג אז מען טיט נישט סתם ווייל מען מוז אין זיי וועלן קענען מאכן אייגענע החלטות,
אין אה''נ מען וועט אפשר גיין צי ווייניגער שמחות אין קויפן ווייניגער מתנות אבער ווען מען וועט עס טין וועט עס האבן א תוכן אין זיך, אין ציביסלעך וועט מען נאר טין זאכן וואס האבן א תוכן אין זיך,

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 12:53 am
דורך אויסגערוט
דער פראבלעם האסטו זייער שיין באשריבען אבער דער למעשה לדעתי האסטו נישט.

דער אמתע למעשה איז צו זיין א צופרידענע צוגעלאזענע מענטש. דעס מיינט צופרידן מיט זיך און מיט וואס יענער האט.
אז ביסט צופרידן מיטן לעבן וועסטו וועלן קויפן בלומען פארן טייערע פרוי וואס שטעלט דיך אלעס צו ווי א מלך.
אז ביסט צופרידן מיט וואס יענער האט וועסטו גיין צו זיינע שמחות מיט א פרייליך הארץ.
אז ביסט צופרידן מיט זיך וועסטו נישט לויפן צו יעדער שמחה וואס יענער מאכט נאר כדי צו קענען ווייזן אז די ביסט גוט מיט אים, אדער.צו קענען זאגן "איך האב דער.נאכט געהאט זיבען זכרים...".
און אז די ביסט צופרידן וועסטו נישט זיצן ביים סעודה מיטן דבר יום ביומו נאר שיין פארברענגען מיט די לעכטיגע משפחה

הנלע"ד כתבתי

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 1:03 am
דורך כוכב
כוכב האט געשריבן:דברים כדרבונות שמעקעדיג.
די פראבלעם גייט אסאך טיפער, ס'פעלט די גאנצע אריגינעליטעט פון א שמחה, אנשטאט א חתונה זאל זיין געווידמעט פאר אן ענגע קרייז נאנטע וואס פרייען זיך מיט, רופט מען צוזאם די גאנצע שטאט, רוב חתונות וואס איך בין געווען לעצטנס האט מען זיך נישט געקענט רירן, משלעפט צוזאם טויזנט און איין טובה טיערס וואס באגליקן דיך און ווייזן די פנים און דער בעל שמחהס קאפ דרייט זיך פון אזויפיל הענט געשאקלאכטס.
גיי אין די אלגעמיינע וועלט איז א חתונה פאר א פונקטליכע מספר פון געלאדנטע געסט וואס ווידמען דעם טאג דערפאר און זענען דארט מיטן הארץ און מיטן קאפ.
דערנאך איז דא די בעלאבאטיש סינדרום מיט וואס מיר זענען אנגעשטעקט אז בלוט זאל רינען אבער בעלאבאטיש זאל מען זיין, און די סטאנדארט האלט זיך אין איין רוקן אבער יעדער אן אויסנאם רייך ווי ארים מוז יוצא זיין דעם שיעור בעלאבאטיש הס מלהזכיר אז נישט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:27 am
דורך פליקער
לכבוד ר' מעכל

דיין תגובה איז געוואלדיג גענאגלט דעים פראבלעים אויפן פונקט, איך קלער אבער אז די געפירעכץ האט יא געוויסע מעלות, דייקו די פראבלעים איז די סיבה פארוואס מיר האלטן זיך, שטעל זיך פאר ווען איך וואלט איין טאג אויפגעשטאנען און מחליט געוועין היינט האב איך נישט קיין געדולד צי דאווענען, היינט נעם איך גלייך פון בעט א לאנטש בעג און גיי ארבייטן, היינט איז עפעס נישט פאר מיר, וויפיל טשאנסן איז דא אז איך זאל מער קיינמאל נישט איבער טרעיטן דעים שוועל פון שיל, ובפרט ווען איך בלייב נאך מיט א איבריגע דרייסיג טולער וואס איך האב געשפּאָרט, ווידעראים אויב וועל איך קימען אין שיל ווייל איך מיז, ווייל אויב קים איך נישט אין שיל ווייסט די גאנצע געטא, איז דא גרעסערע שאנצען אז מארגן וועל איך יא האבן געדילד צו דאווענען, די זעלבע זאך איז אויפ פילע אנדערע משלים.

על כן אויף למעשה איז עס נישט קיין שלעכטע זאך בעצם פאר די ציבור, אבער אלס אינדיווידיאל ברויך מען יא ארבייטן אויף זיך צו ווערן דערהויבן איבער די ראבאטישע געפירעכץ, און מען זאל יא אויפוואקסען און טיען וואס מען ברויך ווייל מען וויל דייקו יא קויפן בלימען, אדער דייקו יא טועם זיין אווער נייט קיגל לכבוד השבת קודש, וכבד הארכנו במקומות אחרים ואכמ"ל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 5:27 pm
דורך [NAMELESS]
@ פליקער ביזט גערעכט אז פאר איינער וואס זיין עיקר מחייב צי גיין אין ביהמ''ד איז ווייל אז נישט וועט מען עם בארעדן איז א סכנה אויפציקלערן ווייל ער וועט אינגאצן ציפאלן,
נאר מען דארף לכתחילה מחנך זיין די קינדער מיטן סיבה פארוואס מען דארף דאווענען אין פארוואס בציבור, אין פארוואס עס איז נישט שיין כלפי הקב''ה צי קימן שפעט, וכו'