בלאט 1 פון 1
די קריג קעגן קראצמאך
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:22 pm
דורך שלום בערגער
די קריג קעגן קראצמאך
הייבט אן יעדן שחרית
ווען עס גרילצט אין די אויערן
ביי טירן און טויערן
דאס קלינגל און זינגל
פון בינג מיט קריס קרינגל.
איך שטעל מיין פיסנאגע
און אנטלויף פון דער חגא.
מיין שלום מיט קראצמאך?
א האטס מיך און זייטס מיך....
קראצמעך...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 1:23 pm
דורך יין שרף
די מייז מיט די ראצן
זאלן זיך צוזאמקראצן
אין א נויט אויך מיין ריקן
מיט א מאסאדש אויספליקן
נאכן ברידיגע וואסער אויפן ריקן געבן גיס
ערשט דאן וועט מען זיך נעמען קראצן די פוס
פארשטייט זיך די אויערן מיט די הענטל פון די גלעזער
נאכן ענדיגן זיך אויסקראצן דערמיט די נעזער
מיט א בערשטל די בארד אויסקראצן מער האר בלייבט דעראין
אויך א סקרעטש אף לאטערי צו געבן א געווין
די שניי פון די פענסטער אראפקראצן פאר א נויט
ביז עס ווערט ״טשעפט״ מיין הויט
גראמען איך פראביר עס גייט מיר א רעטעך
ממש ווי מיין זיידע תרח...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 1:55 pm
דורך ישראל קאפקע
פיסנאגע? (אפשר סתם 'פיס' וואס גראמט מיט חגא?)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 2:07 pm
דורך יאיר
ישראל קאפקע האט געשריבן:פיסנאגע? (אפשר סתם 'פיס' וואס גראמט מיט חגא?)
https://www.google.com/webhp?hl=en&tab= ... 7%92%D7%A2
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 9:40 pm
דורך לעיקוואד
יין שרף האט געשריבן:גראמען איך פראביר עס גייט מיר א רעטעך
ממש ווי מיין זיידע תרח...
פון אלע ר' שלום פאעזיעס איז פונקט דער מסתמא די קלארסטע (אפשר דארף מען קענען די רעפעראנסען). א שאד האסט געדארפט שרייבען דיינע שיינע גראמען ערגעץ אנדערש..
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 11:05 pm
דורך יין שרף
איך האב סך הכל מבאר געווען ווי קראצמעך קומט אן צו אונז היימישע אידן הלכה למעשה.
און ניין! איך קען נישט די רעפעראנסען (און ניטאמאל די דעפעניציע פן די ווארט...)
מיט די לעצטע גראם האב איך ח"ו נישט געמיינט הר"ר שלום נאר אני הק' וואס גראמען און פאזיע איז פון מיינע לעצטע טאלאנטן.
אויב האט ר' שלום אדער סיי ווער געמיינט אז איך מיין אים בעט איך מחילה.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 1:55 pm
דורך איך אויך
חגא איז א מאדע
פאדלאגע איז א גראבע
פאזיע איז א פאביע
טונא פאר א לאבע
הו-הא זאגט שיינדעלע