בלאט 1 פון 1

מיר אָבער, די הײנטצײטיקע גילגולים

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:30 pm
דורך שלום בערגער
H.D.
פון Trilogy
פארטייטשט פון ענגליש פון שלום בערגער

מיר אָבער, די הײנטצײטיקע גילגולים,
לעבן איבער די שלעכטע רגעס װען

מיר שלעפן־נאָך נאָך זיך די בידנע
זעלבסט־שויט

און מוזן מודה זײן אױף
פארלעגנהײט און אומעט;

מיר גיבן א צי דעם טױטן שאָלעכץ
ראנגלען זיך נאָר מוזן װארטן

ביז די נײע זון טריקנט אָפ
די אלט־קערפערלעכע הומאָרן;

אומגעלומפערט שלעפן מיר דעם איבערגעלײגטן
װילן, װעלן, געװױנהײט

מיט אונדז אין אײנעם;
מיר זײנען עס די מענטשן,

פארבענקטע, איראָנישע, װעלערישע,
װאָס באטײליקן זיך גאָר נישט אין

אױפבױען פון ס׳נײ א פרישע װעלט,
אין דער בשותפותדיקער ארבעט,

די פראקטישע נושאים פון קונסט
און קאטאלאָגירן באקװעמלעכקײטן;

אָ, קוק נישט ארױף
אין דער לופט,

איר די פארנומענע
אין די צעחושנדיקע

זאמד־דיונעס־לאבירינטן
פון הײנטיקער באשעפטיקונג;

איר װעט זײן נישט אזױ דערשאָרקן
װי אָפגעלײמט פון אינאקציע,

און סײ װי
זײנען מיר דערקראָכן גאָר נישט אזױ װײט

אױף אונדזער באזונדערן גרעזעלע
צו אונדזערע באזונדערן שטערן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 2:48 pm
דורך איך אויך
צוחישט פארמישט ,אפגעווישט אנגע..שט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 3:05 pm
דורך יאיר
איך אויך, יעדער איינער ווייסט שוין אז דו גלייכסט נישט שלום'ס פאעזיעס. דארפסט עס נישט מודיע זיין יעדע איינציגסטע מאל, און אודאי נישט מיט ביליגע לשונות.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 2:01 pm
דורך איך אויך
העי חביבי ,איך האלט אז מיין פאזיע-שמאזיע איז פונקט אזוי גוט ווי זיינס כאטשיק איך האלט מיך פאר א שותו''מ. דו האסט פולע רעכטן צו האלטן אנדערש ,מיר לעבן ב''ה אין א דעמאקראטישע מדינה.