בלאט 1 פון 1

דער רב זאל לעבן א מזל טוב!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 8:25 pm
דורך כוכב
מהרב''ץ מבאבוב, אויסער וואס ער איז דער אויסשליסלעך רב פון באבוב איז ער אויך דער רב פון מזל! דער איד האט מזל ווי א גוי גמור.
אנגעהויבן פון זיין גוט מזל מיט געווינען א הילכיגן זיג ביים דין תורה, אויף א פארנעם וואס קיינער האט זיך נישט גע'חלומ'ט. ווען עס קומט צו געלט ממש באדט ער זיך אין געלט, און האט נגידים וואס שטייען אים צו דער האנט מיט בלענק טשעקס וויפיל ס'פעלט זיך נאר אויס. זיין חסידות בליעט, מבויעט מולטי מיליון דאלער פראיעקטן, אלעס גייט אין גוט מיט שטוינענדע מזל.

צו זיין גרויס מזל לויפט נעבעך נאך די שלימאזאלעס פאר זיין בר פלוגתא כידוע ומפורסם ואי אפשר לפרטם כי רבים הם.
אויב האט יענער געהאט איין גביר, האט ער זיך צו רבי בנציונס מזל נעבעך אויסגעצויגן פון איין מינוט צו דער אנדערער און דערלאנגט א פינאנציעלן טויט קלאפ פאר'ן צד שכנגד וועלכער האט נאכנישט זיך באוויזן אויסצוקורירן דערפון עד היום.

איין וואס האט אויסגעזען ווי א היבש סוקסעספולע מערכה וואס 45 האט געפירט איז געווען קעגן הרב באב''ד פערזענליך וועלכע איז פאראויס געלאפן אין פולן גאלאפ מיט אים באשמוצן, בויקאטירן זיין השגחה און רופן צו דין תורה, ברענגענדיג איבריגע קאפ וויי פאר באבוב.
דאס לאדענען הרב באב''ד צו א דין תורה צוליב אנגעבליכע שוחד איז געווען אן אומבאטעמטע דארן אין אויג און געברענגט שלאפלאזע נאכט פאר הרב באבד וויאזוי זיך צו ספראווען מיט הרב לעווין וכת דילי'.

היינט איז אבער אריינגעקומען די מאדנע און שטוינענדע נייעס אז דער כל הפוסל במומו פוסל האט באקומען א פרישע פרעצעדענט און דער זעלביגער הרב לעווין איז אפגעפסלט געווארן פון דינען אלס רב אין ארץ ישראל צוליב נעמען שוחד אין אן אנדערן דין תורה און מיט דעם געברענגט די שוחד סאגא פון באבוב 45 צו א פארשעמטן ענדע.

ווידעראמאל איז געקומען צום אויבערפלאך דעם בלינדן גוט מזל וואס לויפט נאך דעם מהרבץ אויף א פלאותדיגע פארנעם אזש ווי פון הימל זאל מען זיך מיען אז גארנישט זאל נישט שטיין אין וועג ווען עס קומט צו בויען זיין אימפעריע מיט שטאלץ און פלאנץ.

אלע חסידים א מזל טוב, און א מזל טוב!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 8:53 pm
דורך petergrifin
א לינק אדער זאג װעגן װאס דו רעדטס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 8:57 pm
דורך יין שרף

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 10:45 pm
דורך חסיד
אינטרעסאנט אז די פאפירן זענען ארויס אינעם טאג וואס דער הרב לעווין'ס צווייטע הזמנה און שארפע בריוו פון'ם טוען הרב מאנדל זענען ארויסגעקומען

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 11:03 pm
דורך לעיקוואד
נישט מענטשליך צו וואונטשען איין איד א מזל טוב ווען דאס איז אויפ'ן חשבון פון א צווייטער איד.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 11:08 pm
דורך [NAMELESS]
,

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 12:08 am
דורך רויטע וואנצעס
מ'קען נאר פייטן די אנשיקעניש פון אלטע אשכולות מיט נייע. ;)

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 9:10 am
דורך כוכב
לעיקוואד האט געשריבן:נישט מענטשליך צו וואונטשען איין איד א מזל טוב ווען דאס איז אויפ'ן חשבון פון א צווייטער איד.


עס איז אויף קיין פאל נישט געווען מיין כוונה צו ווינטשען א מזל טוב פאר מהרב'ץ איך האב נישט קיין שום סימפאטיע פאר מהרב'ץ איבער מהרמ'ד, די מאטא פונעם ארטיקל איז איבער דעם גוט מזל, האב איך גענוצט א play on words פון דעם באקאנטן ניגון 'דער רב זאל לעבן א מזל טוב' מיינענדיג צו זאגן 'דער רב זאל לעבן, האט אין פאקט א גוט מזל'.
אגב, יעוי' ברכות נ''ט ב' מת אביו והוא יורשו אומר ברוך דיין האמת בתחילה ולבסוף הוא אומר ברוך הטוב והמטיב, ויעוי' חזו''א או''ל השמטות סו''ס קנ''ו.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 10:58 am
דורך [NAMELESS]
.