בלאט 1 פון 1

"פאעזיע פארמעסט" אדער "פאעזיע קאמפיין"?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 1:30 pm
דורך כוכב
כ'האב לעצטענס געשריבן איבער א פאעזיע פארמעסט, און כ'וואלט געוואלט הערן די דעה פונעם עולם צו עס זאל זיין א פארמעסט אזוי ווי עס איז געוועהן בשנת תשע"ג, ווען מ'האט געשטימט און אויסגעקליבן געווינערס, אדער בלויז א קאמפיין נוסח אראומע און למעשה.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 2:20 pm
דורך כוכב
איך האב געשטימט פאר א קאמפיין, איך זע נישט דער צורך פון א פארמעסט.
וואס האלט דער עולם?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 2:21 pm
דורך [NAMELESS]
פארמעסט

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 2:26 pm
דורך ישראל קאפקע
פארמעסט, אזוי וועל איך אפשר פראבירן שרייבן מיין ערשטן שטיקל פאעזיע אין מיין איצטיגן גילגול.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 2:40 pm
דורך [NAMELESS]
פארמעסט. איך קען נישט פאעזיע, אבער עס גייט מיר זיין אסאך מער אינטערסאנט צו ליינען און קאמענטן אויב עס איז א פארמעסט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 3:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב געשטימט פארמעסט. די סיבה איז א פארמעסט האט מער חיות ווי א קאמפיין. אויך וועט די סחורה לכאורה ארויסקומען בעסער ווען די שרייבערס ווייסן אז ס'איז א קאנטעסט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 3:19 pm
דורך בשבילי!
געשטימט פארמעסט

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 4:14 pm
דורך יתרו
פארמעסט

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 4:21 pm
דורך פישלע העררינג
פארמ'עסט. נאךמ'עסט בין איך מיד.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 11:48 pm
דורך מאטי
יעצט האסטו דאס אינגאנצן אנגעמעסט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:03 am
דורך חד גדיא
געשטימט פארמעסט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:12 am
דורך לית דין בר נש
האב איך א רעכט אריינצורעדן דא אויב איך הייב נישט אהן צו קענען פאעזיע איך גיי פשוט ליינען און נהנה זיין?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:54 am
דורך רויטע וואנצעס
דער קאסטומערס דעה איז זייער וויכטיג. איך האף נאר וועסט דיר בארעכענען און אויפגראבן דיינע כשרונות, ווייל יעדע נפש איז א שטיק פאעזיע.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 12:46 pm
דורך לית דין בר נש
יישר כח רויטע, געוואו"ט
איך האב זיך גראדע גענומען איך ארבעט אויף א אנשי שם ארטיקל איך האף עס ארויס צושטעלן חנוכה לכבוד די פאעזיע איבערקערעניש (עס וועט האבן מיט מיין נפשיותדיגע פאעזיע אבער גארנישט מיט גשמיותדיגע פאעזיע)

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 12:49 pm
דורך כוכב
ווי די עקזיט פולס צייגן וועט זיין א פארמעסט נישט קיין קאמפיין.
דער פארמעסט וועט דעריבער זיין אנאנים זיך צו היטן פון בייעס אויב רעכנט איר צו שרייבן א פאעזיע ביטע נישט מודיע זיין אין דער עפנטליכקייט און געוויס נישט די טעמע.
שיקט מיר אן אישי.
ביטע גארנישט ארויסשטעלן אן דאס דיסקוסירן מיט מיר. א דאנק.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 1:45 pm
דורך פישלע העררינג
ס'מוז האבן צו טאהן מיט חנוכה?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 2:21 pm
דורך כוכב
ניין.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 2:31 pm
דורך כוכב
מ'קען שוין זען די רעזולטאטן.
א דעטאלירטע געים פלאן וועט נאכפאלגן אין די קומענדיגע שעות.
הכינו, אויסשארפן די בלייען, א פארמעסט איז אונטערוועגנס!