בלאט 1 פון 1

"סעריעל" פאדקעסט, סעזאן 1: אן אמת'ע מארד מיסטעריע?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 4:06 am
דורך יואליש
איינע פון די פאפולערע שאוס אין די טעג אין אמעריקע איז נישט א טעלעוויזיע סעריע, נישט קיין מאווי, און ס'איז נישט פיקציע. אנשטאט איז קינד און קייט אבסעסירט מיט אן אינוועסטיגעטיוו זשורנאליסטישע ווערק וועלכע ווערט דיזע טעג געבראדקעסט בלויז אין די פארם פון וועכנטליכע פאדקעסט סעריע מיטן נאמען "סעריעל." די סעריע ווערט פראדאצירט דורך די "דיס אמעריקען לייף" טיעם, א ראדיו און פאדקעסט שאו, אויך אן אינוועסטיגעטיוו זשורנאליזים שאו. אבער אנדערש פון "דיס אמעריקען לייף" וועלכע ווידמעט צום מערסטנס א שעה אויף איין רעפארט, איז "סעריעל" געווידמעט פאר איין מעשה פער סעזאן, פארציילט אין פארזעצונגן.

די ערשטע מעשה - וועלכע האלט היצט בי 10 עפיזאדן - איז איבער אן אמת'ע מארד וואס איז פארגעקומען אים 1999 אין מערילענד. אין קורצן: א היי סקול מיידל, העי מין לי, איז פארשווינדן געווארן, איר קערפער איז שפעטער געטראפן געווארן טיילווייז באגראבן אין א פארק. די פאליציי באריכט האט געזאגט אז זי איז דערווארגן געווארן. די מיידל'ס פריינד און געוועזענע באויפרענד, אדנאן סיעאד, איז ארעסטירט געווארן און אנגעקלאגט געווארן אויף מארד, די אנגעגעבענע מאטיוו איז געווען אז ער איז געווען כעס'יג אז זי האט אים אפגעזאגט. די ערשטע טרייעל האט זיך גענדיגט אין א מיסטרייעל, אין א צווייטע טרייעל האט אים א זשורי געפינען שולדיג. ער זיצט יעצט א לעבענסלענגליכע אורטייל.

די קעיס האט נישט אינוואלווד קיין די ען עי, פינגערפרינטס אדער אנדערע פארענסינקס. בלויז איין עדות'שאפט פון א סטודענט מיטן נאמען זשעי, א חבר פאר אדנאן, וועלכע האט גע'טענה'ט אז ער האט געהאלפן מיט די באגרעבעניש. פאר זיין קאפאראציע איז דער עדות אפגעקומען מיט א פלי דיעל אן תפיסה. די קעיס איז אויך געווען פון די ערשטע קעיסעס ווי סעלפאן רעקארדס האבן געשפילט א באדייטענדע ראלע, און א גרויס חלק פון די שאו באציט זיך צו דעם.

די פראדאצירער פון די שאו, שרה קעניג, האט געזאגט אין איר מידיא אינטערוואויס איבער די שאו אז זיי ווייסן נישט וואס די אויסגאנג פון די שאו וועט זיין. מ'רישט זיך נישט אויף קיין איבעראשונג. די רייץ פון די שאו איז פשוט וויאזוי ס'קריכט אריין אין די קישקעס פון די קעיס בפרט ,און גיט א בליק איבער די קרימינאל יוסטיץ סיסטעם בכלל. און נאך יעדע עפיזאד פרעגט מען זיך אליין, איז ער יא דער מערדער אדער נישט, אויב נישט דאן ווער יא?

אדנאן סיעאד קומט פון א מוסלים געמיינדע. און איך האלט די שאו קען זיין אינטערעסאנט פאר חסידיש'ע אידן אין ליכט פון די אינטערעסע וואס מיר האבן לעצטענס אין די קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם בכלל און וואס דאס מיינט פאר א מינאריטעט ווי חסידישע אידן בפרט. ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן די פאראלעלס צו אונזער געמיינדע. די מוסלים געמיינדע שאפט אים אדוואקאטן און פאנדרעיזט דערפאר, זיי האלטן אז ער האט נישט באקומען א יושר'דיגע טרייעל ווייל ער איז מוסלים, און אזוי ווייטער. ספעציעל איז אינטערעסאנט צו זעהן פון די פראקוארן האבן אנהייב פון די קעיס פארלאנגט דער ארעסטירטער זאל נישט ארויסגעלאזט ווערן אויף בעיל ווייל אדנאן - אן אמעריקאנער בירגער - אז א פלייט ריסק צו אנטלויפן קיין פאקיסטאן. לעצטענס איז געווען אין פארענט פון סופרים קאורט די זעלבע ארגומענט לגבי אידן און זייער פלייט ריסק קיין ישראל.

איבער די אינטערענט איז פארהאן דעבאטעס וואס צונעמען די קעיס, מענטשן רעקארדירן ווידיאוס די פלעצער וועלכע זענען צענטעראל צו די קעיס, לצים מאכן פאראדיעס און פאסטן דאס אויף יוא טוב. ס'איז הימעל און ערד און סעריעל פאדקעסט. די וועכענטליכע "דיס אמעריקן לייף" און יעצט אויך "סעריעל" זענען פון די פאולערסטע פאדקעסטס.

_____

דא איז די שאו.

דאקומענטן און אינפאגרעמס צו האלטן חשבון אויף די דעטאלן וועלכע ווערן צומאל קאמפלעצירט און צומישט.

א באריכט איבער די שאו און פארוואס ס'איז אזוי פאפולער.

די אבסעסיע אויף רעדיט.

די אבסעיסע אויף https://www.youtube.com/results?search_ ... opensearch.


צום שלוס: א קארטון פון די ניו יארקער.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 1:08 pm
דורך ישראל קאפקע
אויסגעצייכנטע פאדקעסט.
איך פארשטיי נישט איין זאך (דערווייל), ביי די ענדע פון די צווייטע עפיזאד זאגט די נערעיטאר אז אדנאנ'ס טוישן זיין ווערסיע אז ער האט איר געבעטן א רייד אהיים, (צוויי וואכן נאכן פארשווינדן) און נאכדעם זאגט ער אז נישט, איז א 'רעד פלעג', אויב ער האט איר געהרגט צוויי וואכן צוריק וואלט ער געזאגט פאר די פאליציי אז ער האט איר געבעטן א רייד יענעם טאג?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 1:11 pm
דורך כפתור
שוין געהערט אלע 10 פארזעצונג. זייער אינטערעסאנט

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:30 pm
דורך ישראל קאפקע
11טע עפיזאד אוועיליבל, 'שמועות'.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 2:48 pm
דורך יואליש
ישראל קאפקע האט געשריבן:11טע עפיזאד אוועיליבל, 'שמועות'.


נאך א פאראלעל צווישן די מוסלים און חסידישע הערט מען אויפן 11'טע עפיזאד, אז געווענליכע מענטשן ווילן נישט גיין רעדן אויף די רעקארד. קיינער איז נישט אינטערעסירט צו זיין בפי כל עם, לטוב או לרע, אין א ענגע געמיינדע ווי יעדער קען פונקטליך יעדן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:36 am
דורך ישראל קאפקע
היינט קומט ארויס דער אורטיילט!
איך האף זי גייט אונז נישט לאזן הענגען, נאר ארויסקומען מיט א גאנץ זיכערע מסקנה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:44 am
דורך ישראל קאפקע
מיין מיינונג ביז יעצט.
אדנאן איז אומשולדיג. דזשעי איז נישט די מערדער, ער האט אבער מיטגעהאלטן די מארד. און די געשיכטע וואס ער האט דערציילט איבער אדנאן איז מערסטנס ריכטיג, אבער איז נישט געשען מיט אדנאן נאר מיט א צווייטן -גענצליך אומבאוואוסטער- מערדער, וואס האט אנגעווארנט דזשעי מיטן לעבן נישט אויסצוזאגן.

נאכן הערן די גאנצע סעריע איז נישט מעגליך צו זאגן אז דזשעי איז געווען דערשראקן צום טויט פון אדנאן, אדנאן איז פשוט נישט געווען דער שרעק אנווארפענדן יוגנטליכן וואס דזשעי פראבירט אים אראפצולייגן.

דזשעי זייענדיג טויט דערשראקן פון דעם -מיסטעריעזן- מערדער, און ווערנדיג אויסגעפארשט פון די פאליציי, האט דזשעי גענומען דער מיט א מעגליכן מאטיוו - איר געוועזענע בויפרענד- און אלעס ארויפגעווישט אויף אים.

דורכאויס דעם גאנצן סעריע האט קעניג געהאלטן אין איין אנווייזן אז דזשעי איז פארלעסליך ווייל ער האט געוואוסט וואו די קאר איז, וואו און ווען די מארד איז פארגעקומען וכו', אבער דאס אלס איז נישט קיין טראפ באווייז קעגן אדנאן. עס האט מיר געמאכט נערוועז די גאנצע צייט, און איך מיין אז זי איז געווען אביסל 'סלאפי' מיטן נאכאנאנד אנווייזן אויף דזשעי'ס פארלעסליכקייט בנוגע אדנאן מיט דעם וואס דזשעי האט טאקע געוואוסט.

אויך דאס אז דזשעי האט געטוישט זיין עדות צו די פאליציי איז די גרעסטע ראיה צו מיין סצענריע.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:05 am
דורך איחוד פעלד

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:51 pm
דורך עולם_גולם

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 2:12 am
דורך גימפל
דער הויפט עדות דזשעי ווילדס, וואס האט נישט געגבען אן אפציעילע אינטערוויא פאר דעם פאדקעסט פראדאצירער שרה קעניג, האט יעצט געגעבען אן עקסלוסיוו אינטערוויא ווי ער גיבט אן ברבים, דאס ערשטע מאל זיין זייט פון די מעשה, און ער טענה'ט אז קעניג איז מיסליעדינג און מאלט אים אפ שלא ביושר.
https://firstlook.org/theintercept/2014 ... case-pt-1/

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 8:06 am
דורך יידל
http://www.slate.com/blogs/browbeat/201 ... eddit.html

קעניג ענטפערט צו דזשעי'ס אלעגעישאנס.

אגב, ס'האט מיר געקאסט א שמייכל ווען כ'האב געזען דאס:

בילד

נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 12:21 am
דורך ישראל קאפקע
באשטעטיגט אן אפיעל פאר אדנאן סאיעד!

http://www.npr.org/blogs/thetwo-way/201 ... ted-appeal

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 7:07 am
דורך מנחם

נשלח: מוצ"ש מאי 09, 2015 10:08 pm
דורך הוגה
אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט געברענגט אז ס'דא א פרישע פאדקעסט סעריע Undisclosed, וואס גראבט טיפער אריין אין די קעיס פון סאיעד און צופליקט די קעיס אויף שטיקער. דער סעריע איז נישט דורך קעניג פון דיס אמעריקען לייף, נאר פון א לעגאלע טיעם וואס וויל עקזאנירעיטאן אדנאן סאיעד. די סעריע האט זיך אנגעהויבן צוויי וואכן צוריק.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 8:34 am
דורך ישראל קאפקע
The second season of 'Serial' is here and tells Bowe Bergdahl's story https://t.co/KjBAKXKv5y

Re: "סעריעל" פאדקעסט, סעזאן 1: אן אמת'ע מארד מיסטעריע?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 12:20 pm
דורך קאמפיאטער
היינט קומט נישט ארויס א נייע עפיזאד, אנשטאט יעדע וואך וועט עס אנפאנגען ארויסצוקומען יעדע צווייטע וואך.

זיי זאגן אז זיי באקומען צופיל נייע אינפארמעישען, און אזוי וועלן זיי קענען מאכן א בעסערע דזשאב.

One story week by week, becomes week bi week.

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 2:18 pm
דורך קאמפיאטער
סעריעל איז צוריק געגאנגען צו סיעזען 1 יעצט פאר אפאר טעג.

יעצט קומט פאר די הירינג אויב מען זאל איבער מאכן די טרייעל פאר אדנאן סיעאד'ס קעיס, בעיקור וועגן זיי טענה'ן אז די דיפענס לויער דעמאלטס (וואס לעבט שוין היינט נישט.) איז נישט נאכגעגאנגען א פאטענשעל אליביי, א מיידעל וואס זאגט אז ער איז געווען מיט איר -און די צייט וואס די פראסיקיוטער זאגט אז ער איז געווען ביזי הרג'נען- אין די לייברערי נעבן די סקול.

און אויך וועגן די סעל טאוער רעקארדס (וואס סתם אזוי שטימט עס נישט אינגאנצען.) אז די רעקארדס האט א דיסקלעימער אז מען קען עס נישט ניצען פאר אינקאומינג קאלס, און די צוויי קאלס וואס מאכט אדנאן סיעאד אויסזעהן אז ער איז געווען אין די געיגענט פון לינקלען פארק דארט וואו מען האט געטראפען העי מין טויט, זענען ביידע געווען אינקאומינג קאלס, און דער דעמאלטסדיגער וויטנעס פון עי טי ענד טי וואס טיז געווען די עקספערט אויף די רעקארדס צוהט יעצט צוריק דערפון.

די הירינג האט זיך אנגעהויבען מיטוואך, און קעניג האט יעצט דעילי אפדעיטס פון די קארט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 8:35 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
מזל טוב יעצט קומט אריין די געוואלדיגע נייעס אז אדנאן סייעד גייט באקומען א פרישע טרייעל