בלאט 1 פון 1

גיל ראזענבערג האט געוואוינט אין קרית יואל

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:01 am
דורך חד גדיא
גיל ראזענבערג איז א אידישע קאנעדישער בירגער. זי איז געווען אין די נייעס ווען זי האט זיך אנגעשלאסן אין די קאמף קעגן אייסיס אין סיריע. פאריגע וואך איז געווען א באריכט אז זי איז פארכאפט געווארן דורך אייסיס. אבער אביסל שפעטער איז זי ב''ה אויפגעקומען אויף איר פעיסבוק פעידזש און געשריבן אז זי איז אקעי. זי האט געשריבן אז זי האט כמעט נישט קיין אינטערנעט צוטריט אין די מלחמה זאנע.

יעצט איז ארויסגעקומען אן אינטערעסאנטע באריכט. ראזענבערג איז געזעצן אין אמעריקאנער תפיסה פאר פינף יאר. און נאכ'ן ארויסקומען איז זי זעט אויס מתקרב געווארן צו אידישקייט און געוואוינט אין קרית יואל. וואו זי האט באקומען אכילה שתיה ולינה.
http://www.israelnationalnews.com/News/ ... IRr3MUo6v0