בלאט 1 פון 3
נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2012 11:53 am
דורך ידען
איך האב געלייענט וועגן פארשידענע קוריאזע און נארישע געזעצן און איך גלייב אז די חברים דא וועלן דערפון אויך האבן א פארגעניגן און זיך אונטערשמייכלען.
פילע פון די געזעצן זענען באשאפן געווארן ווען אין יענע תקופה איז געווען א נויט דערפאר.
איך וועל אנהייבן מיט אונזער שטאט ניו יארק און שפעטער העמער גיין צו אנדערע שטעט און לענדער.
אויב גלוסט אייך צו פלירטן מיט א צווייטן קען עס אפקאסטן א פיין פון $25. אין דעם אלטן געזעץ שטייט אויך קלאר א פארבאט פאר א מאנספערזאן אין סיי וועלכע גאס אין שטאט זיך אויסצודרייען און קוקן אויף א פרוי.
אויב כאפט מען אים עובר זיין אויף דעם געזעץ א צווייטע מאל, וועט ער געצווינגען זיין אנצוהאבן א פאר ״פערד בלינדער״ (*horse blinders) יעדעס מאל ער גייט ארויס אויף א שפאציר אין סיי וועלכן טייל פונעם שטאט...
*מען פלעגט דאס אנטוהן אויף די אויגן פונעם פערד אים צו האלטן גראד אויפן וועג, ער זאל זיך נישט פארקוקן...
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:30 pm
דורך amechiya
ידען האט געשריבן:אויב גלוסט אייך צו פלירטן מיט א צווייטן קען עס אפקאסטן א פיין פון $25.
וואס מיינט פלירטן?
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:49 pm
דורך יידל
amechiya האט געשריבן:ידען האט געשריבן:אויב גלוסט אייך צו פלירטן מיט א צווייטן קען עס אפקאסטן א פיין פון $25.
וואס מיינט פלירטן?
רעדן אויף אן אומאיידלען אופן.
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2012 10:53 pm
דורך kitov
יאנקל האט געשריבן:״קורץ בעיניו״ (משלי ו).
Or how they call it in Monroe the long shortcuts
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 12:05 pm
דורך אךשמח
גאנץ א גוטער געזעץ.
ווען האט מען דאס געמאכט? אויב מעגליך ברענג דעם מקור דערפון.
זעט אויס אז אמאל איז נאך געווען אן איידעלער וועלט ווען אויך דער גוי האט פארשטאנען אז נישט אלעס מעג מען טון.
גיי זיי עס מסביר פאר די היינטיגע אידן...
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 12:06 pm
דורך אךשמח
אגב, פארוואס זע איך ביי דעם אשכול דעם 'תגובה מהירה' קנעפל און ביי אנדערע אשכולות איז עס נישט צום טרעפן?
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 10:14 pm
דורך דולה ומשקה
kitov האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:״קורץ בעיניו״ (משלי ו).
Or how they call it in Monroe the long shortcuts
אזא תגובה האט בכלל נישט אויס געפעלט אין קאווע שטיבל, וד"ל.
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 12:20 pm
דורך amechiya
דולה ומשקה האט געשריבן:kitov האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:״קורץ בעיניו״ (משלי ו).
Or how they call it in Monroe the long shortcuts
אזא תגובה האט בכלל נישט אויס געפעלט אין קאווע שטיבל, וד"ל.
נאר ווי דען? אין אייוועלט?
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 2:47 pm
דורך איש האמת
דארט וואלט מען שוין געפלויגען פאר אזא קליינע און נארישע תגובה וד"ל
וב"ה אשר השבית לנו גואל, איך דערמאן זיך, ווען כ'האב געלערנט און ישיבה,
און מ'האט מיר ארויסגעווארפן פון בי"ת מדר"ש, בין איך געגאנגען זיך באהאלטן
און קאוו"ע שטיב"ל, פה אשב כי אויתיה, והבן
דאכט זיך דער תגובה בלאנגט אויך און דער אשכול "קומט דא פאר מעקונגען" והמשכיל יבין
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:42 pm
דורך ידען
איך בין ווייניג באקאנט וואס עס גייט פאר אין מאנרא אבער אויב איז עס א שמוציג אדער א טשעפע פאר איינעם וויל איך נישט עס זאל באשמירן דעם אשכול.
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:54 pm
דורך ידען
איך וועל גיין ווייטער מיט די געזעצן אין ניו יארק. און פאר דער וואס האט געבעטן א מראה מקום, אפשר מיט די צייט. יעצט ברענג איך וואס כ׳האב מיר אפגעשריבן פון לאנג.
מען טאר נישט ארומגיין אום זונטיג מיט אן ice cream cone אין טאש...
מען טאר נישט באגריסן עמיצען מיטן האלטן דעם אגודל פינגער צו די נאז און שאקלען מיט די פינגער (מען פארשטייט וואס כ׳מיין?...) ...
אן אייזל טאר נישט שלאפן אין א וואנע אין ברוקלין ניו יארק...
אין כרמל ניו יארק טאר א מאן נישט ארויסגיין מיט א זשעקעט און הויזן וואס מעטשען נישט...
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 4:07 pm
דורך יידל
ידען די מיינסט דאס?

Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 4:30 pm
דורך ידען
יעפ

Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 12:34 am
דורך אויבער חכם
יידל האט געשריבן:ידען די מיינסט דאס?

איך בין מוחה אז מברענגט דא אריין אינעם שטיבל א בילד פין א קינד אן א קאפיל, כ'בעט פין די מנהל זאל כאטש ציקלעבין א קאפיל כמנהג די היימישע לאקאלע חרדישע אויסגאבע
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: פרייטאג מערץ 09, 2012 12:39 am
דורך געפילטע פיש
אויבער חכם האט געשריבן:יידל האט געשריבן:ידען די מיינסט דאס?

איך בין מוחה אז מברענגט דא אריין אינעם שטיבל א בילד פין א קינד אן א קאפיל, כ'בעט פין די מנהל זאל כאטש ציקלעבין א קאפיל כמנהג די היימישע לאקאלע חרדישע אויסגאבע
עט ליסט פארווישען דאס פנים, ס"שטייט דאך אל תסתכל בפני רשע....
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 3:27 am
דורך ידען
אין ניו יארק איז אומלעגאל פאר א בלינדן מענטש צו דרייווען א אויטאמאביל...
עס איז קעגן געזעץ צו ווארפן א באל אויף א צווייטנס קאפ פאר פאן...
עס איז אומלעגאל אראפצוטאנצן פונעם עמפייער סטעיט בילדינג...
נאך צען ביינאכט טאר מען נישט אנהאבן סליפערס...
אויב א מאן קען זיין ערגעץ אן א העמד, האט א פרוי די זעלבע רעכט...
Re: נארישע און מאדנע געזעצן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 3:30 am
דורך ידען
די שטראף פאר דער וואס שפרינגט אראפ פון א בילדינג איז טויט שטראף...
אין א עלעוועיטער טאר מען נישט רעדן צו קיינעם, די הענט דארף זיין צאמגעלייגט, און די אויגן קוקנדיג צום טיר...
פרויען מעגן גיין טאפלעס אויב זי טוהט עס נישט פאר ביזנעס...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:27 pm
דורך ידען
״דער איד״ האט א ארטיקל פון קוריאזע ראוד געזעצן די וואך.
ווער סע האט נערווען קען אהערברענגען שטיקלעך.
מאדנע געזעצן וועלכע זענען נאך אין קראפט...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:13 am
דורך I'm back
עס זענען דא אסאך געזעצן אין די פאראייניגטע שטאטן וואס זענען זייער מאדנע, און איך וואונדער מיך ווער און פארוואס איז זיי איינגעפאלן איינצופירן דער געזעצן.
איך וועל אראפברענגען עטליכע, און דער וואס קען זאל צולייגן נאך.
-------
אלאבאמא-
א מענטש האט בלויז 5 מינוט צו שטימען אין די וואלן.
קאליפארניע-
אין לאס אנדזשעלעס איז אומלעגאל צו באדן צוויי בעיביס אין די זעלבע באד אויפאמאל.
אין 'וואלנאט' טאר מען נישט טראגן קיין מאסקע אין פאבליק אן א פערמיט פון די שעריף.
מערילענד-
אין באלטימאר איז אומלעגאל צו נעמען א לייב צו די מאוויס.
ניו יארק-
אין 'כרמל' טאר א מענטש נישט געזען ווערן מיט א אנצוג און הויזן וואס מעטשט נישט.
אין 'גרין' טאר מען בשעת א קאנצערט נישט עסן קיין פינאטס, און מען טאר נישט וואקן אויף די סיידוואלק צוריקצווועגס.
אין 'אקעאן סיטי' איז אומלעגאל צו עסן אויפן גאס אדער טרונקען עפעס חוץ פון וואסער אין א דורכזיכטיגע פלעסטיק באטל.
אין סטעטן איילענד, מעג מען נאר באוואסערן די גראז אויב די שלויך איז אין דיין האנט.
אהייא -
אין 'יונגסטאון' טאר מען נישט אויסלויפן פון גאז.
אקלאהאמע-
עס איז אומלעגאל צו לאזן א שלאפעדיגע דאנקי אין די וואנע נאך 7 אזייגער ביינאכט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:20 am
דורך סאשי פיש
דא האט איר אן אלטע אשכול איבער די נושא
viewtopic.php?f=10&t=77
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:22 am
דורך I'm back
[tag]שמעקעדיג[/tag], קענסט עס מיר צוזאמשטעלן?
I'll owe you one.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:44 am
דורך געפילטע פיש
אין קאליפארניע איז אסור פאר גאסן חיות (פייגלעך, מאקאש, קעץ) צו האבן געשלעכטליכע באציאונגען אין 1500 פוס ארום א סקול אדער רעליגיעזע געבעט הויז. אויך איז דא א $500 קנס פארן מאלעסטן א באדערפליי, וויאויך איז אומלעגאל צו לייגן א מייז-טרעפ אן א האנטינג לייסענס.
אין מעססעטשוטשעס איז אומלעגאל צו טראגן א ציגעלע בערדל אן א ספעציעלע פערמיט דערפאר.
אראל... (מב"פ)* איז אומלעגאל אין 18 סטעיטס. אין דזשארדזשיע לדוגמא טראגט עס א עונש פון אמווייניגסטענס א יאר תפיסה, מיט א מאקסימום פון צוואנציג יאר. אין ווירדזשיניע איז עס אסור צו טוהן מיט די לייטס אנגעצינדען... אין נעוואדא פון אלע פלעצער, איז אסור צו נוצן א קאנדאם. אין ארקאנסאס איז אסור צו שלאגן די ווייב מער ווי איין מאל א חודש. און אין 23 סטעיסט איז נאכאלץ אומלעגאל מזנה צו זיין מיט אן אשת איש.
*מ'האט מיר מעורר געווען אז דאס איז מלפני.
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 1:27 am
דורך געוואלדיג
נאך אפאר מאדנע געזעצן
מען טאר נישט דורך גיין די גרעניץ פון מיניטאטע מיט א קאטשקע אויפן קאפ
אאוטש איך בין יעצט געווארן אפגעשטעלט ביים גרעניץ
אין פארטוגאל זאלסטו נישט פראבירן צו ארויס לאזן דיינע מי רגלים אינעם אושען
זינט די וואסער איז דארט ציכטיג ריין
אין וואשינגטאן טאר מען נישט האבן קיין אינטימישע באציאונגען מיט בתולות, אויך אין זייער חתונה נאכט!
מן הסתם אין יעדע שפיטאל איז דא א פאליציי אפטיילונג צו איינזעצן יעדער וואס האט דארט קינדער
אין מעסעטשוסעס טאר מען נישט גיין שלאפן אן קיין שאוער, אבער זונטאג מעג מען נישט נעמען קיין שואער
פאר נישט אויפן גאס מאנטאג צופרי, דער עולם איז טויט מיד
אין איידעאו טאר מען נישט געבן פאר א באליבטע פרוי א טשאקלאד פעקל וואס וועגט מער פון 25 קילא
יעצט ביסטו סטאק מיט 25.001 קילא טשאקלאד, טו בעד
אין סאן פראנציסקא טאר מען נישט אפווישן קאר פענסטער נאך א קאר וואש מיט גענוצטע אונטערהויזן
אין וואס וועל איך טוהן מיט מיינע גענוצטע אונטערהויזן?
אין סעמאוע איז אומגעזעצליך צו פארגעסן די ווייב'ס געבורטס טאג
פארצייל נישט פאר דיין ווייב, זי באשטעלט שוין וויזא'ס אהין
אין נארט דעקאטא טאר מען נישט סערווירן ביר מיט בעיגלס צוזאמען
עס איז ווי פיצא אן פרענטש פרייס
ווען דו גייסט דורך די גאס אין קענעטיקוט, מאך זיכער צו גיין אויף די פיס און נישט אויף די הענט
אה? עס איז שוין נמאס צו גיין געהעריג, פארפאלן
אין אלאבאמא קען מען באקומען טויט שטראף פאר לייגן זאלץ אויף באן שינעס
וויפיל חכמה דארף מען צו צושטעלן די הארבקייט פון די שטראף לויט די געפערליכע פארברעך?
אויב האסטו א גורילא אין דיין בעק סיט, דאן דרייוו נישט אין מעסעטשוסעס
און אוודאי רוף נישט קיין פאליס פאר הילף צו ארויס זעהן די גארילא
אין ווערמאנט טאר מען נישט פייפן אונטערן וואסער
איך פייף דיר אן, דרך אגב: וויאזוי פייפט מען אונטערן וואסער?
אין סן סאלבאדור איז די שטראף טויט פאר דרייוון א קאר ווען מען איז שיכור, די שטראף ווערט גלייך אויסגעפירט דורך א ספעציעלע טרענירטע פאליציי איינהייט דורך שיסן
וויאזוי ווער איך א טייל פון די איינהייט?
אין סקאטלאנד מעגסטו נישט געבן פאר דיינע געסט זיך צו באנוצן מיט דיין בית הכסא
אינדרויסן אויף די גראז איז מן הסתם אקעי
אין טעקסעס טאר מען נישט בויען מעבל נאקעטערהייט
ואמאי?
אין אילינוי טאר מען נישט כאפן פיש זיצנדיג אויף א דזשיראפעס האלז
אוי, איך וויל טרעפן דעם געזעץ געבער און איהם רייכן מיין האנט
אין נעברעסקא טאר מען נישט פארקויפן דאנאט לעכער
זייט די געזעץ איז דא א איבערפלוס פון דאנאט לעכער פארקויפונגען אויפן שווארצן מארק
אין ספארנעקס, פראנקרייך טאר מען נישט שטארבן אן האבן א קבר אנגעגרייט
נישט גענוג אנגעזעצט צו שטארבן דארף מען נאך האבן געלט דאגות
אין פענסילוועניע איז אומגעזעצליך צו איינשלאפן אויף א פרידזש אינדרויסן פון הויז
ביטע זייט געווארנט
אזוי אויך דארף מען דארט טשעקן די פייערלעשער וואסער סינקס א שעה פארן נוצן
דו חכם, אויב ווייס איך א שעה פריער פונעם פייער וואלט איך דאס פארמיטן