בלאט 1 פון 9
אידישע ארט, פעינטינגס און מעלערס.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 4:39 pm
דורך חייםדירבס
שלום עליכם חברים,
איך האב א פערזענליכע הנאה פון שיינע אידישע מעלערייען, בעיקר די גאר טייערע, אזויווי איזידור קאופמאן, יצחק הולץ / האלץ, צבי מאלנאוויצער, יוסף איזראעלס וכדומה.
איך וואלט זייער הנאה געהאט ווען איינער דא, קען אפשר מוסיף זיין, זאגן מבינות וכדומה...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:07 pm
דורך גנדי
דו זעהסט אויס ווי א גרויסע תלמיד חכם. אדרבה לערן אונז אויס. דערנאך וועלן מיר זיין א מחכים את רבו.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:28 pm
דורך חייםדירבס
דאס איז פון יצחק האלץ, זיינע מעלערייען פארקויפן זיך פאר ארום $50,000
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:31 pm
דורך חייםדירבס
דאס איז א מעלעריי פון צבי מאלנאוויצער, פון א ווייבער שול, ער האט א מורא'דיגע טאלאנט פון אראפלייגן א מצב.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:32 pm
דורך חייםדירבס
נאך איינס פון מאלנאוויצער.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:33 pm
דורך חייםדירבס
נאך א בילד פון מאלנאוויצער.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:35 pm
דורך חייםדירבס
נאך איינס פון האלץ.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:37 pm
דורך חייםדירבס
דאס ווייס איך נישט ווער עס איז די מעלער אבער ער האט געמאכט אסאך בילדער פון די לאגער און פון די האלאקאסט תקופה.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:41 pm
דורך חייםדירבס
נאך איינס פון האלץ.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 8:51 pm
דורך איך אויך
אה ענדליך איינער כלבבי.
אבער ווילסט מיר זאגן אז דער עילוי חיים דער רבס (בן הגרי''ז מבריסק) אין געווען א מבין אויף ארט?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 8:55 pm
דורך לית דין בר נש
א סענס אף יומער האט ער זיכער געהאט I wouldn't mind having him around
יעצט לעצם ענין די בילד פון די חתונה און פון דער ווייבל אליין כאפט מיר נישט אזוי
דער שניידער און די ערשטע פון ביהמ"ד מיין איך איז מוראדיג
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:08 pm
דורך איך אויך
דער שניידער איז א הערליכע עקזעמפל פון 'פיגיורעיטיוו ארט' געב א קוק יעדע קנייטש שטימט אויפן האר און די קענסט כמעט זעהן וואס דער שניידער טראכט.
די חתונה איז בערך 'עבסטרעקטיוו ארט' און איז טאקע נישט צופיל מיין טעיסט , אבער דאס גייט היינט.
די ווייבל איז קענטליך די זעלבע פרוי פונעם ווייבער שוהל נאר אביסל ארומגעטוישט די קאלירן.
אגב ,חוץ פון קויפמאן וואלט איך קיינע פון דיע נישט גערופן 'די טייערסטע' און רוב קויפמאן'ס אויפן מארקעט זענען פאלש.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:30 pm
דורך חייםדירבס
איך קיום דא ארויפשטעלן נאך אסאך בילדער, איך האב הנאה אז עס זענען נאך דא אביסלע מענטשן וואס פארשטייען, איך מיין אז פראפעצינאל איז האלץ מוראדיג, אבער אין ארויסברענגען די מצב קען איך נישט מחליט זיין ווער איז בעסער, האלץ אדער מאלנאוויצער.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:31 pm
דורך חייםדירבס
דאס איז נאך א בילד פון האלץ, עס זעט מיר אויס ווי דאס איז אין וויליאמסבורג.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:32 pm
דורך ישראל קאפקע
פארוואס לייגסטו נישט ארויף פון קויפמאן'ס ווערק, ער איז נאך די שענסטע, מיין איך.
אוודאי, לי עוועניו איין גאס פון די בי.קיו.אי.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:35 pm
דורך חייםדירבס
נעם למשל די פארטרעיטס פון יצחק הולץ קעגן די פארטרעיטס פון מאלנאוויצער, סאיז שווער מגדיר צו זיין די חילוק וואס און ווער ברענגט שטערקער ארויס די כאראקטאר פונעם אינדיווידואלען פערזאן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:36 pm
דורך איך אויך
און ווי קען מען רעדן פון קויפמאן און נישט דערמאנען תלמידו הגדול לעזער/לייזער קרעסטין.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:37 pm
דורך חייםדירבס
מען בעט קאופמאן....
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:40 pm
דורך ישראל קאפקע
קויפמאן
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:41 pm
דורך חייםדירבס
נאך א קאופמאן אינגל...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:44 pm
דורך ישראל קאפקע
וועמענס איז דאס
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:44 pm
דורך חייםדירבס
א רעביצין, בילד קאופמאן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:45 pm
דורך ישראל קאפקע
קויפמאן איז אוועק צוואנציג יאר פאר די קריג. ווען, וואו, האבן די אנדערע געלעבט?