א מחנך אדער א מערדער???

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1882 מאל

א מחנך אדער א מערדער???

שליחה דורך בעל מדות »

איך שרייב דא א געשיכטע וואס איך האב געהערט ערשטהאנטיג
עס איז געווען א בחורל פון 16 יאר, און צוליב געוויסע שוועריגקייטן וואס ער איז דורכגעגאנגען האט ער ליידער גענימען א טויש אין לעבן און אנגעהויבן צו גליטשן אין אידישקייט ר"ל,
זיין טאטע נישט וויסענדיג וואס צי טוהן איז געווארן גאר צעמישט, זיך אויסוויינענדיג צו א מחנך פאר הילף,
דער מחנך האט ליידער נאר ערגער געמאכט די מצב, עד כדי כך אז עס איז אנגעקומען צי אזא מצב אז דער טאטע (מיט די עצה פון דער מחנך) האט אים גענימען זיין זוהן צום טיר פון זיין דירה, און און משלח געווען פון שטוב! פארנט פון אלע איבריגע קינדער!...,

איך, (דער עסקן שילדערט מיר) זייענדיג בקשר מיטן בחור, און קענענדיג די מצב פון דער נאענט האב אויף אים באקימען רחמנות, און אים אריינגענומען צו מיר אין שטוב,
לכתחילה האט עס געהייסן נאר פאר עטליכע טעג, ביז ער אקאמאדירט זיך ערגעץ אנדערש, אבער ער שטייענדיג און א ביטערע מצב האט געוויינט צו מיר אז איך זאל אים האלטן ווייל זיין צווייטע אדרעס גייט זיין אין פארק!... אדער אין בית החיים...!!!, אלזא איז ער פארבליבן ביי מיר און פאר די קימענדיגע ז-ע-ק-ס יאר איז ער געווען א באליבטע מיטגליד ביי מיר אין שטוב, ווען מיט א אידישע געפיהל באגיסן מיר אים מיט ליבשאפט און ווארעמקייט, זיך אפגעבנדיג מיט אים ווי אן אייגן קינד, מיר האבן אים אוועקגעשטעלט א סדר היום געפונען פאר אים א פאסיגע ארבעט און פרובירט אים געבן חיזוק מזמן לזמן, מיר האבן פאר אים ציגעבויעט א באזינדער שטוב מיט אן עקסטערע אריינגאנג ווי ער האט געלעבט זיין ביטערע לעבן פאר זיך ליידער אהן דאס מינדענסטע טראפ אידישקייט, מיט די צייט האט ער אינגאנצען אפגעהאקט פון זיין משפחה.

גאר אומבאשרייבליך איז געווען די סצענע ווען מיר זענען געגאנגען ווי דער רוטין צו זיין לאקאלע דאקטער און צו אינזער שטוינונג האט אים דער דאקטער געשיקט אין שפיטאל מיט אן אמבולאנס, ער איז אנטפאנגען געווארן דורך א שטאב פון נוירסעס און נאך עטליכע עקזאמען אויף זיין גאנצן קערפער האט א גרויסן דאקטער אים דיאגנאזירט מיט קענסער רח"ל!!!
שטערנס האבן מיר געפינקלט, און א פלייץ פון יאמערליכע טרערן האבן פארפולט מיינע אויגן איך האב מיט בלוט וואס טריפט מיר אין הארץ נישט געקענט פארנעמען דעם ביטערע סצענע ממש עס איז נישט געווען צום אויסהאלטן,

עס וועט נישט זיין מעגליך צו פארשטיין די סקרוך ערדציטערניש וואס האט מיר אויפגעשאקלט ביז די טיפענישן פון הארץ, ווען אויפן וועג צוריק פון שפיטאל האט ער זיך אנגעריפן האלב צו זיך און האלב צו מיר מיט אהן א מאס אומגליקליכקייט... נישט גענוג דעם שווערן לעבן וואס איך האב געהאט ביז אהער?

איך האב זיך אפגעגעבן מיט אים יומם ולילה זייענדיג גרייט פאר אים 24/7 שנארנדיג ביי נגידים פאר די פאנטאסטישע הוצאת וואס דאס האט אריינגעצויגן

די מצב איז געווען ביטער און אומדערטרעגליך אזש די דאקטוירים האבן פולקאם אויפגעגעבן אויף אים, און די מצב איז געווען ביטער און גרויליג

איך האב גענימען דער גאטס אין אריבערגערופן זיין טאטע מיט וועם ער האט שוין נישט גערעדט פאר 6 יאר...
ער איז געקומען צי זיין זוהן אין שפיטאל, דער טאטע האט זיך געשטעלט ביים שוועל פון טיר און געפרעגט פון "זיין" זוהן אויב ער קען אריין קומען.
דער בחורל אהן א צורה פון א מענטש מיט לעבהאפט האט אים געוויזען מיט די הענט אז ער זאל אריינקומען.

טייערע אידן, עס וועט נישט זיין מעגליך זיך צו פארשטעלן די בכיות וואס זענען פארגעקומען יענע נאכט אין שפיטאל צימער
טאטע מיט זוהן זענען געליגען איינער אויפן צווייטען'ס האלז אין געוויינט פאר א לאנגע צייט,
ענדליך איז דער טאטע עטוואס צו זיך געקומען אין געבעטן מחילה פאר אלעס וואס איז געווען אין ביידע האבן פריש אויסגעפלאצט אין א ביטערע געוויין
דער בחור האט אים מוחל געווען אין געבעטן פון זיין פאטער אז ער זאל אים פארגעבן אויף די צער וואס ער האט אים פארשאפט
מיין הארץ איז ביי דעם פונקט ממש צעשמאלצן געווארן פון התרגשות ממש אומגלויבלעך
ב"ה זיי זענען צוריק געווארען נאענט באהבת נפש איינער מיטן צווייטער דער טאטע האט זיך נישט אוועק גערירט פון זיין בעט,

מען האט אראנדזשירט א באזוך פאר זיין מוטער וועלכע האט אזאנס געכליפעט אז איך האב זיך ארויסגעריקט פון צימער נישט קענענדיג דאס צוזעהן, זי האט זיך נישט געקענט שיידן פון גרויס ליבשאפט און נאך עטליכע שעה פארלאזט די צימער מיט דיקע פוירפעלע צייכענעס ארום די אויגן,
די גאנצע איבריגע פאמיליע איז אויך אריבערגעקימען זיך באקענען מיט זייער אלט-נייע ברודער'ל

מען האט מיט פרישע כוחות אנגעהויבן טוהן פאר דעם בחור'ל אריינמישנדיג ריזיגע עסקנים מיט קאנעקשנס איבעראל און געשפענדעט שווערע טויזענטער דאלער

אבער נישט פאר צו לאנג...

אפאר טעג שפעטער איז דער בחור נפטר געווארען צו די ווייטאג פון זיין טאטע מאמע און די גאנצע משפחה.
איך שרייב דא לעילו נשמתו פון דעם טייערן נשמה וועלכע האט תשובה געטוען מיט אן אמת'ע אהבה

טייערע עלטערן!!!
אויב זענט איר געפרואווט געווארן מיט דעם נסיון פון צער גידול בנים האט'ס שכל און ווארטס נישט ביז עס איז צו שפעט ווארפטס ליבשאפט וואס נאר טאטע מאמע האבן ווייל נאר אזוי קען מען מען אנקומען,

יעצט ווענד איך זיך צו די בחורים, ביטע האטס שכל פארפאטשקעט'ס נישט ענקערע הערליכע לעבנסטעג פאר שטותים און נארישקייטען,
אז דו ווייסט פון עפעס א קלייניגקייט וואס עס שמעקט נישט פאר דיין טאטע געב אים נאך! דו וועסט קיינמאל נישט חרטה האבן!

און יעצט צי די אלע וואס האבן נישט דאס מינדענסטע קענטעניס אין חינוך ובפרט צום האקעלער ענין פון העלפען בחורים מיט פראבלעמען פיזיש אדער גייסטיש, הערטס אויף צו פארטיליגן אונזערע דורות!
אויב ווילט איהר העלפן דאן מאכט פסיכאלאגיע לייסענס, נעמט אין אכט אז דאס זענען רייפע נשמה'לעך וואס דארפן אויפשטעלן אידישע שטובער אין קימענדיגן דור!, עס איז א ריזיגער אחריות! און מען דארף דאס גוט קענען... כלל ישראל בעהט זיך ביי אייך טראכטס וואס עטס טוטס!

דא איז טאקע דער ארט צו אויסשרייען דעם גרויסן דאנק וואס עס קומט זיך פאר די טייערע אידן וואס טוען יא וואס מען דארף, פארשטייענדיג גוט דעם נושא ליגן זיי טיעף אין פעקל צו ארויסהעלפן אינזערע טייערע נשמות שלא על מנס לקבל פרס...חזקו ואמצו, אשריכם ואשרי חלקכם!
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר