הרה"ח ר' שמואל אבערלאנדער ז"ל - ס. ראה"ק סאטמאר (מהר"א)

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

הרה"ח ר' שמואל אבערלאנדער ז"ל - ס. ראה"ק סאטמאר (מהר"א)

שליחה דורך שעפטל »

איך ווייס נישט פארוואס איך קען נישט ארויפלייגן קיין בילדער.

ר' שמואל איז געווען געווען פון די גרעסטע תומכים בקהילות ובמוסדות סאטמאר בכלל, און מוסדות יטב לב בארץ הקודש בפרט, ווי ער האט טאקע געדינט אלס חבר הנהלה. און האט געדינט אלס סגן ראה"ק דקהל יטב לב ד'סאטמאר פאר די לעצטע 15 יאר.


וואס ס'ליגט איר אויפן זכרון האט ער איבערגעלאזט די קינדער
מו"ה משה דוד הי"ו, וויליאמסבורג
מו"ה ברוך מרדכי הי"ו, מאנטריאל
הרה"ג ר' אברהם שליט"א, וויליאמסבורג
הרה"ג ר' שבתי שליט"א, קרית יואל

און איידעמער:
הגאון הגדול ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א, רב ומח"ס ישראל והזמנים
הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד אוהל פיגא, סאוט 8, וויליאמסבורג

אגב, אן אינטערסאנטע מעשה איז דא די וואך אינעם זקניך ויאמרו לך, וואס קומט ארויס דורך די ת"ת תורה ויראה דרב"י מסאטמאר קרית יואל

ר' שמואל דערציילט:
אלס בחור האב איך געלערנט אין ביהמ"ד עליון אין מאנסי, אבער איך האב זוכה געווען צו זיין זייער אדוק ומקושר אין כ"ק מרן רביה"ק זי"ע (בעל דברי יואל), און ביי יעדע געלעגענהייט ווען איך בין נישט געווען אין ישיבה האב איך זיך געפונען בקרבתו, סיי ביי רבי'ן אין שטוב סיי אין ביהמ"ד.

כאטש איך האב נישט געלערנט במשך מיינע ימי הבחרות אין די סאטמארע ישיבה בין איך געווען א געהעריגער 'סאטמארער בחור', און יעדע זאך וואס דער רבי האט פארלאנגט פונעם ציבור, אדער פון די בחורים אין די ישיבה, האט מיך אויך מחייב געווען, און איך האב זיך קיינמאל נישט ארויסגעדרייט פון גארנישט.

כידוע פלעגט דער רבי הייסן די בחורים גיין נאך געלט, ער האט געהאט זיינע צדקה צוועק, ער פלעגט נישט זאגן פארוואס ער שיקט נאך געלט, ער פלעגט נאר שיקן און די בחורים זענען געגאנגען.

עטליכע מאל געדענק איך אז איך האב אפילו נישט געגעסן די סעודת פורים, נאר במשך דעם גאנצן טאג בין איך ארומגעלאפן נאך געלט, און ביינאכט פארן זמן האט מען זיך געוואשן אויף א כזית כדי יוצא צו זיין דעם חובת מצות היום, אלעס ווייל דער רבי האט געבעטן צו גיין נאך געלט. נאך פורים פלעגן מיר אליינס אריינגיין צום רבי'ן און אים איבערגעבן דאס געלט.

אין יענע צייט ווען עס זענען נישט געווען קיין יונגע בחורים, נאר גרעסערע ערוואקסענע בחורים, זענען די בחורים מיט גארנישט געווען אנדערש ווי די בעה"ב אין ביהמ"ד, טייל בחורים האבן דאך שוין געארבעט, אבער אויך די בחורים וואס האבן געלערנט אין די ישיבה האבן געהאט אלע התחייבות'ער כלפי די קהילה אזוי ווי די בעלי בתים.

איז געווען בשעת ווען דער רבי האט געבויעט די מקוה בשנת תשי"ב, האט דער רבי עטליכע מאל געבעטן געלט פונעם עולם. איינמאל האט דער רבי גערעדט צום ציבור און ער האט געזאגט אז ער בעט אז יעדער זאל צושטייער געבן 'זעקס דאללער נישט ווייניגער'. איך בין געווען א בחור וואס האט געוואוינט ביי מיין טאטן אין שטוב, און איך האב נישט געהאט קיין איין פעני.

אבער אז דער רבי האט געהייסן איז דאך נישט שייך געווען, האב איך זיך ארויסגעלאזט צוזאמען שטעלן דאס געלט, איך האב זייער שווער געארבעט ביז ווען איך האב מצליח געווען צו מאכן דריי דאללער, מער האב איך נישט געקענט. (היינט קען מען נישט פארשטיי וואס פארא ווערט געלט האט אמאל געהאט, וויפיל מען האט זיך געמוטשעט צוזאמען צו שטעלן איין דאללער, איך בין ביז היינט מחשיב יעדן דאללער וואס א איד גיט פאר צדקה, ווייל איך געדענק נאך וויפיל איך האב זיך געמוטשעט דערפאר).

עס איז געווען א מאנטאג אינדערפרי, איך האב שוין געוואלט צוריק גיין אין די ישיבה, אבער קיין זעקס דאללער האב איך נישט געהאט. בין איך אריין צום רבי'ן און איבערגעגעבן די דריי דאללער, און איך האב געזאגט "איך דארף צוריק פארן אין די ישיבה, איך האב נישט מער".

איך געדענק דאס ווי היינט ווי דער רבי האט מיך אנגעקוקט מיט זיינע הייליגע אויגן, און מיט א שמייכל און שמחה געזאגט "דו וועסט האבן, דו וועסט האבן". תלי"ת ברכת צדיק עשתה רושם, און די ווערטער פונעם רבי'ן זענען ב"ה מקוים געווארן
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אקעי, קאווע שטיבל מאכט פון מיר חוזק.... ס'שרייבט אז איך קען נישט אטעטשן קיין בילד ווען ס'גייט יא... גיימער פרובירן נאכאיינס....

דאס איז דער סאטמאר'ער ס. ראש הקהל ר' שמואל אבערלענדער ע"ה...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

ממש א מגיפה ביי סאטמאר מהרא ראשי קהילה
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
[NAMELESS]

מנוחת כבוד ר' שמואל אבערלאנדער ז"ל

שליחה דורך [NAMELESS] »

און איידעמער:
הגאון הגדול ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א, רב ומח"ס ישראל והזמנים
הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד אוהל פיגא, סאוט 8, וויליאמסבורג

@שעפטל וואס איז די סיבה אז דו באטיטילסט ר' י''ד אלס הגאון הגדול און ר' ח''ק אלס הרה''ג ? איך מיין נישט ארונטער צו האקן די גדלות פון רי''ד באט איך זעה עם נישט אלס גרעסערע גאון פון זיין שוואגער יא אמת עס איז אן אנדערע סטייל רי''ד קען מן הסתם מער ספרים אבער לעומת זה קען רח''ק מער פעסט די סוגיות מיט א ברירות,
(צום ערשט האב איך געטראכט אז דאס איז מחמת זיין געטריישאפט צום פארטיי האב איך זיך געכאפט אז ער איז פון די וועד הרבנים אין אתרא קדישא...)
אגב ר' שמואל האט נאך אן איידעם הרב משה ב''ר בנציון אינדיג,
אויך שמועסט מען אז אין די צוואה גיט ער 25% פון די רווחים פער יאר פאר צדקה!!!
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

די גאס האט עס סאם האו אזוי אויפגעפיקט, אויף ר' ישראל דוד שרייבט מען אזוי, זעהט אויס אז ס'האט יא א סיבה ווייל אויף מיר שרייבט מער נישט הגאון אין נישט הגאון הגדול
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

עמעזאן האט געשריבן:אגב ר' שמואל האט נאך אן איידעם הרב משה ב''ר בנציון אינדיג,


אויך א גאון, אפשר נישט באקאנט אין סאטמאר
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמעזאן האט געשריבן:
און איידעמער:
הגאון הגדול ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א, רב ומח"ס ישראל והזמנים
הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד אוהל פיגא, סאוט 8, וויליאמסבורג

@שעפטל וואס איז די סיבה אז דו באטיטילסט ר' י''ד אלס הגאון הגדול און ר' ח''ק אלס הרה''ג ? איך מיין נישט ארונטער צו האקן די גדלות פון רי''ד באט איך זעה עם נישט אלס גרעסערע גאון פון זיין שוואגער יא אמת עס איז אן אנדערע סטייל רי''ד קען מן הסתם מער ספרים אבער לעומת זה קען רח''ק מער פעסט די סוגיות מיט א ברירות,
(צום ערשט האב איך געטראכט אז דאס איז מחמת זיין געטריישאפט צום פארטיי האב איך זיך געכאפט אז ער איז פון די וועד הרבנים אין אתרא קדישא...)
אגב ר' שמואל האט נאך אן איידעם הרב משה ב''ר בנציון אינדיג,
אויך שמועסט מען אז אין די צוואה גיט ער 25% פון די רווחים פער יאר פאר צדקה!!!

עמעזאן: איך מיין אז ווען דו וועסט א ביסל אריינקוקן אין זיינע ספרים (ווי, שו"ת ישראל והזמנים.) וועסטו איהם אויכעט באטילען "הגאון הגדול"... :roll:
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

אגב איך פלעג מיך אלץ ווינדערן וואס איז פשט פין זיין לעדערהעד מח"ס נשמת שבת שמונה כרכים און עפעס אנדירש ט כרכים וכו.. סתם נייגעריג וואס סאיז שייך צום לעדערהעד וויפיל בענדער.. צירוק צום נושא... איך הער אז ר' שמואל איז געווען א בעל צדקה להפליא בהצנא לכת און ער האט אלץ זיכער געמאכט אז קיינער טאר בשום אופן נישט וויסן...
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

signout האט געשריבן:די גאס האט עס סאם האו אזוי אויפגעפיקט, אויף ר' ישראל דוד שרייבט מען אזוי, זעהט אויס אז ס'האט יא א סיבה ווייל אויף מיר שרייבט מער נישט הגאון אין נישט הגאון הגדול

ווער איז די גאס? די בלאט?? פליס הער אויף מיט דיין שמאלקייט, איך קען זיך מיט ר' ישראל דוד פערזענליך איך בין א שטארקע מעריץ זיינע נישט נאר פון זיין גאונות נאר בכלל פון זיין גאנצע מהות, אבער הגאון הגדול? פליס,
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

בד"ה. ר' שמואל ע"ה איז געווען א גרויסער ת"ח פלעגט אלץ זיצן און לערנן אין היכל
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

אפשר קען מען דא לאזן בלויז פאר מתים. שכח
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

shem-tov האט געשריבן:בד"ה. ר' שמואל ע"ה איז געווען א גרויסער ת"ח פלעגט אלץ זיצן און לערנן אין היכל


יאפ געווען א גביר מיט השגות אין תורה. פלעגט אסאך זיצן אין לערנען ברבים. א איש מורם מעם. געהאט א שטארקע ערענסקייט. אין געווען שטארק דבוק אין די סאטמארע רביים. ער האט נישט פארנימען קיין הפקרות אין התנהגות שלא על פי תורה, אפילו ביי זיין פארטיי. פארטיילט אסאך געלט לצדקה ובפרט פאר היימישע מוסדות בארה"ק אין פאר קרן הצלה. זוכה געווען צו חתנין תלמידי חכמים מופלגים
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שעפטל האט געשריבן:וואס ס'ליגט איר אויפן זכרון האט ער איבערגעלאזט די קינדער
מו"ה משה דוד הי"ו, וויליאמסבורג
מו"ה ברוך מרדכי הי"ו, מאנטריאל
הרה"ג ר' אברהם שליט"א, וויליאמסבורג
הרה"ג ר' שבתי שליט"א, קרית יואל

איך האב עפעס אזוי פארגעסן פון נאך צוויי זיינע זון
מו"ה ר' שלום הי"ו, וויליאמסבורג
מו"ה זלמן לייב הי"ו וויליאמסבורג

שעפטל האט געשריבן:און איידעמער:
הגאון הגדול ר' ישראל דוד הארפענ עס שליט"א, רב ומח"ס ישראל והזמנים
הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד אוהל פיגא, סאוט 8, וויליאמסבורג

[tag]עמעזאן[/tag] איך דארף ענטפערן??? איך האב געזיכט וואס איך האב שוין געשריבן בשעתו ווען איך האב באשריבן ר' עזריאל'ן... אבער פארמעקט דעמאלטס דערנאך... איך דארף קיין דין וחשבון נישט געבן אויף מיינע טיטלען. איך בין אינטיידעלט צו שרייבן הגה"ק אויף וועם איך וויל, הגה"צ אויף דיין נידריגסטע מענטש, און נאר הרב אויף דיין מערסטע ארויפגעקוקסטע מענטש, סך הכל קענסטו שרייבן אנאנדערע ארטיקל און שרייבן די טיטלען לויט דיין געשמאק! קריטיקירן איז גאר א שוואכע מדה ספעציעל ווען דו האסט נישט עפעס צוצולייגן סתם אזוי....
אבער איך וועל דיר נאך אלס ענטפערן, ר' חיים קלמן קען זיין א גאון הגאונים און פוסק, אבער אין פאקט אויב עפעס איז ער א פוסק הקהילה (גראדע דאס אויך נישט) ווידעראום הגאון ר' ישראל דוד איז א באוויסטער גאון, כ'מיין א אלע היימישע קרייזן אויב נישט מער ווי דעם. יא ר' חיים קלמן'ס הלכות חג בחג איז א מאסיווע ספר, אבער הגאון ר' ישראל דוד'ס צענדליגע ספרים זענען טויזענט מאל מער באוויסט! קען זיין הכל תלוי במזל, אפילו ספר תורה שבהיכל? קאן זיין.[/quote]
אגב, כ'זעה ס'איז נישט באריכטעט געווארן דא, ר' שמואל איז געקומען לקבורה ביים וואנט פונעם אוהל הקדוש. נעבן ר' יוסל אשכנזי משב"ק, (ס'דא איין פלאץ אינצווישן זיי, און פרעג מיך נישט פארוועם.....)
IMG-20141204-WA203.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

ו
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום chusid, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא ער איז נקבר געווארן אויף האלב פון עזריאל'ס חלקה, די אנדערע האלב איז געסעפט פאר יענקעלע גליק מרכי לייב'ס פאטער. ס'איז יענץ געלעכטער, ביידע האט נישט קיין שום פשט, ר' שמואל אבערלענדער דארף נישט באקומען א שענערע חלקה פון ר' יודל רז"ב אדער פון ר' פון ישראל זופניק, אדער ר' נתן יוסף ועוד ועוד פון די רבינ'ס נאנסטע מענטשען וואס ליגען נישט אין ד' אמות פונעם אוהל, אסאך ליגען גאר אין די דריטע שורה אין זענען געווען סאך נאנטער מיטן רבין פון די צוויי אויבענדערמאנטע. (איך בין גערעכט מיט מיין פוינט נישט קיין חילוק וואס @גאלד אדער @קאך_לעפל וועט ענטפערען)
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ער האט אפיציעל נישט איבערגענומען ר' עזריאל'ס פלאץ, ר' עזריאל'ס פלאץ איז טאקע נאך דא און אפיציעל הייסט דאס טאקע אז ר' יענקעלע גליק דער גבאי האט דאס געקויפט (און דאס איז נעבן ר' יודל), קען זיין אז ר' עזריאל האט געהאלטן אז ס'קומט זיך אים דארט נעבן ר' יוסל'ן...

איבערן פלאץ אליינס, אפילו ס'איז נישט די פלאץ דא, איז די זאך אזוי, ס'איז שוין ממש נישט פארבליבן אין ביה"ח קיין מקום הראוי ווי פאר אזא מענטש ווי ר' שמואל, חוץ דעם וואס ער האט געדינט אלס סגן ראש הקהל אין סאטמאר (יענע פארוועם די ביה"ח באלאנגט [יעצט...]), און אלס יושב ראש הנהלת מוסדות יטב לב באה"ק (כנ"ל..) האט ער ביידע פאזיציעס געדינט מיט מסירת נפש ממש (עכ"פ לויט זייער אויסטייטש), געזיצן און פרובירט צו זעהן וויאזוי מ'קען אויפארבייטן די קהילה און מוסדות, אריינגעגאסן שווערע געלטער כדי אסאך זאכן זאלן טאקע צושטאנד קומען מכח אל הפועל, איין עקזעמפל, איז דער כולל אין וויליאמסבורג וואס ער איז געווען בפשטות דער גרעסטער שטיצער אלע יארן (אלע, מיין איך שוין מסתמה פון ווען ער האט געלט, די אלטע כולל דערנאך די נייע...). און דאס איז חוץ זיין התמדת התורה, ער איז געזיצן און געלערנט שעה'ן על גבי שעה'ן, נישט אז מ'זאגט דאס נישט אויף יעדעם, אבער דאס האבן די משתתפי היכל ראזענבערג אין קרית יואל און אין היכל תהילות יהוסף אין וויליאמסבורג געזעהן, ער איז גראדע אויך געווען א שיינער ת"ח, אן ערענסטער אנטיק בעה"ב, אן עכטער ווארימער חסידישער פארצייטישער איד.

ער איז געווען דבוק בכל נמי נפשו אין די אדמור"י סאטמאר, אנגעהויבן נאך אין די בראשית יארן אין אמעריקע, ווי איך האב שוין אויבן געשריבן איבער זיין מעשה מיט רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע. און ווי האדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א האט ארויסגעברענט ביי די לוי' אז ער האט אפגעשריבן די חידושי תורה פונעם סאטמאר'ען רבי'ן זי"ע, און האט דאס איבערגעזאגט פאר אידן דורכאויס די וואך ממש בלשונו הק' פונעם רבי'ן, אין די יארן תשי"ב, י"ג און י"ד. אלעס וואס עס איז דא פון דעמאלטס איז ר' שמואל'ס קרעדיט, ער האט געזעהן ס'זאל נישט נשתכח ווערן די תורות.
געווען גאר אדוק ומקושר אין רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, נישט פארפעלט קיין תפילה ווילאנג ער האט געקענט, און זיך באטייליגט ביי די טישן ווען מעגליך (ביטע!!! לאז פאליטיק אינדרויסן!!!!) אזוי אויך איז באקאנט געווען אויף עטליכע עפעזאדן ווען די רבי האט געדארפט צאמשטעלן גרעסערע געלטער איז ר' שמואל געווען פון די פאר אדרעסן וואס די רבי האט כסדר גערופן, ר' שמואל האט קיין קשיות נישט געפרעגט, פלעגט אריבערלויפן פון ביזנעס און אויסגעשטעלט דעם טשעק און געגאנגן ווייטער.
און צום היינטיגן סאטמארען רבי'ן (מהר"א) שליט"א -יבלחט"א- איז ער געשטאנען צו די רעכטע האנט ווען אימער ער האט געקענט, פונעם ערשטן טאג. (אגב, מהר"א זייענדיג אין די שבעת ימי משתה פון אן אייניקל און כנהוגו גייט די רבי מיט א שטריימל די גאנצע וואך, האט זיך לכבודו פונעם נפטר געטוישט צו א הוט במשך די לוי') די רבי האט מספיד געווען אז ר' שמואל איז געווען שלום בגופו, געווען אן אפגעהיטענער איד, א געוואלדיגער עסקן, געגאנגן נאך געלט פון אינגווייז אויס ממש ביז לעצטענס. שלום בממונו, געגעבן אסאך צדקה און (אפילו אלס עושר איז ער) נאך פארבליבן שלום בתורתו, אליינס געווען א גרויסער תלמוד חכם, און מחזיק געוווען תורה, אפגערעדט די שווערע טויזענטער צו גאר מיליאנען וואס ער האט זיך געלאזט קאסטן פאר מוסדות וקהילות סאטמאר בכל קצוי תבל, און א ספעציעלע שוואכקייט האט ער געהאט פאר מוסדות יטב לב בארץ הקודש.
אבער נישט נאר מוסדות סאטמאר, נאר סייוואספארא מוסד אין ארץ ישראל איז זיין נאמען געווען פון די הויפט אדרעסן, בקיצור ער האט געהאט א נאנטשאפט צו מוסדות על טהרת הקודש בא"י.

עניוועיס, ס'זענען ממש נישט פארבליבן קיין בעסערע פלעצער פאר אזא איש מורם מעם, א מוקיר רבנן, חתנן רבנן ואיהו גופא צורבא מרבנן, ס'פלאץ זיינער קומט זיך ערליך
(אז דו ווילסט קען מען זאגן... איך זעה נישט פארוועם דען איז די פלאץ פארבליבן אויב נישט פאר אזא איד.... צופרידן????)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלעס פיין און גוט אין לאמיר טאקע לאזען פאליטיק אינדערויסן. איך בין א' סאטמערער אין א ארוני (lets say). איז טאקע נישט דא קיין פלאץ? איז שוין אנגעפילט ארום ר' משה שעהר? קען מען אים נישט לייגן אזוי ווי יקתואל ווערצביגער האלב אין דורך גאנג?
אין לאמיר זאגן אז ס'איז נישטא קיין פלאץ, דאן לייג אים אין די בעק, נישט אויף די זעלבע ליין ווי רי יוסעל, אין הכי נמי ער האט געטוען אסאך פאר סאטמאר אין טאקע זייער אסאך אין ס'קומט זיך אים א כבוד'יג פלאץ, אבער אלעס האט א שיעור, ס'איז דא צענדליגער וואס האבן געטוען סאך מער פון אים פאר סאטמאר אין פארן רבין, כאפ אן א דוגמא די דריי נעמען וואס איך האב שוין דערמאנט, זיי ליגען אלע אויף נישט אזא פלאץ ווי ער, אין דעס האט נישט קיין תירוץ. גיין זאגן חתנין רבנין אין געשטיצט יטב לב/די כולל געשריבן תורות איז נישט קיין ענטפער וועגן צוזאם שטעלן געלטער, איז טאקע אויך זייער חשוב אין ס'זאל אים פאררעכענט ווערן פאר א זכות אבער נאך אלץ נישט קיין סיבה, אפילו אויב ער וואלט ווען געווען סאך מער אין געטוען סאך מער איז זיין פלאץ אויך נישט דארט. אין אויב ס'איז טאקע נישטא קיין פלאץ דאן איז אינגאנצען אין די בעק מער נארמאל ווי לעבן ר' יוסעל.
נאך אזאך דארפסטו פארשטיין ר' שמואל איז אינגאנצען נישט געווען א מקורב ביים דברי יואל, אלע מעשות איז זייער שיין אבער קיין מקורב אדער אפילו חצי מקורב איז ער נישט געווען, (וועגן שרייבן תורות איז געווען אסאך וואס האבן געשריבן, און די רבי האט נאר געגליכענט צוויי מענטשען וויאזוי זיי שרייבען אין דערנאך זיי אויך נישט אין ער האט גענימען גרינפעלד) ביים ברך משה יא אין ביים היינטיגען רבין אויך, במילא קומט ער אינגאנצען נישט אריין אפילו אין די דריטע רייע.

נאך אמאל מיין פוינט איז איין זאך: שמואל אבערלענדער קומט נישט לעבן רי' יוסעל. אלעס ארום איז נאר געפירקעלט.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

אבי געהאקט, איך פארשטיי עס זענען דא וואס ווייטוגען זיין פלאץ, ער איז געווען סגן ראש הקהל ביי מהר''א בנוסף וויפיל ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר די סאטמערע רבי'ס אין זייער קהילה קען ער נאך ליגן פאר די זעלבע סיבה ווי ר' לייבוש אין ר' סענדר אין ר' בערל, זיין פלאץ איז דארט
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

יענקל גליק איז נישט פונעם צד שכנגד?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

ר' שמואל האט לכאורה מער אויפגעטוען אין סאטמאר מהר"א ווי ר' לייביש בחייו. דו ווייסט דאס נישט ווייל ער האט אלעס געטוען בשתיקה לשם שמים
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[tag]chusid[/tag] ר' שמואל האט גאר אסאך אויפגעטוהן, גערעכט, אבער באמת ליגט דארט ר' לייביש פשוט אלס די צוזאג איבער עולם הבא ווען ער האט געבויעט קרית יואל.
צו ר' סענדר'ס מזל איז ר' לייביש נפטר געווארן א חודש פארדעם... יעצט האט שוין ר' בערל אויך נהנה געווען און אזוי ווייטער....

אבער [tag]עזריאל[/tag] איך פארשטיי דיין טענה, נאר ווען ר' שמואל זאל וווען געזינט זיין און ווערן ראש הקהל וואלסטו מסתמה פארשטאנען אז אין 20 יאר ארום לייגט מען אים דארט, חוץ טאמער דו פארשטייסט ניטאמאל פארוואס ר' בערל ליגט דארט.

איך גיי נישט נאכאמאל איבערשרייבן איבער די מעלות פון ר' שמואל'ן, אבער איז געווען פון די סאמע גרעסטע תומכי ועסקני הקהילה פאר די לעצטע צענדליגע יארן, און פון די ראשי קהלה לאנגע לאנגע יארן, און סגן ראש הקהל 15 יאר. ערליך קומט זיך אים צו ליגן אויף א מקום הראוי, און וּשְׁמוּאֵל שֹׁכֵב בְּהֵיכַל ה' (שמואל א', ג', ג')

הַנֶּאֱהָבִים וְהַנְּעִימִם בְּחַיֵּיהֶם, וּבְמוֹתָם לֹא נִפְרָדוּ (שמואל ב', א, כ"ג)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

צי דו ווילסט יא מודה זיין אדער נישט מודה זיין עס גייט בעיקר אריין און ארויני-זאלי געפעך. דאס זענען אללע ניכטערע מענטשן מודה אז איז א חוכא וטלולא פאר ר׳ שמוא׳ אבערלאנדער צו ליגען דארט אזוי נאענט. יעך גלייב אז עס קען קומען סימנים שפעטער פון אויבן. עס איז נישט קיין הפקר וועלט. אין אנדערע ווערטער: אויב באלאנגט ער נישט דארט ווען מען שוין לאזן וויסן. ר׳ שמואל בן ר׳ אליעזר׳ס כבוד איז נאך אלץ במקומו מונח. אויב ימים ידברו.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער שכן האט געשריבן:צי דו ווילסט יא מודה זיין אדער נישט מודה זיין עס גייט בעיקר אריין און ארויני-זאלי געפעך. דאס זענען אללע ניכטערע מענטשן מודה אז איז א חוכא וטלולא פאר ר׳ שמוא׳ אבערלאנדער צו ליגען דארט אזוי נאענט. יעך גלייב אז עס קען קומען סימנים שפעטער פון אויבן. עס איז נישט קיין הפקר וועלט. אין אנדערע ווערטער: אויב באלאנגט ער נישט דארט ווען מען שוין לאזן וויסן. ר׳ שמואל בן ר׳ אליעזר׳ס כבוד איז נאך אלץ במקומו מונח. אויב ימים ידברו.

דער שכן: דעם חלק אז ס'איז א טייל פון דעם ארוני-זאלי שפיעל, ביניך מסכים מיט דיר 100%..מ'מאכט פון א יעדע זאך א שאך שפיעל. איינער מאכט א מאוו מיט א "פיעס" און דער צווייטער מאכט א קונטער מאוו... וכן הלאה...ואין לדבר סוף....!
פארשפארט