בלאט 1 פון 1

הצדיק הרב הלל מאוזעס

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 12:17 am
דורך אויסגערוט
איך זע אז דער עולם גייט אזוי הין און צוריק אויפן באקאנטער שומר שבת גבאי ר' משה מעצגער איז מיר אינטערעסאנט אז עס איז נאכנישט דא גארנישט אויף דעם אלעמען באליבטער ר' הלל.

ר' הלל איז ידוע לכל אלס א ווייך הארץ וואס עט זיך אויסטון נאקעט צו העלפן א צווייטער. די היטשעס, קוויטלעך, סוזק"ש, און ברכו איז שוין פון די קלייניגקייטן. איך געדענק אז פאר פופצן-צוואנציג יאר צוריק האט מען נאך געקענט מיט אים מאכן דאס גענאר, היינט צוטאגס האט ער זיך היבש אויסגעריבן און לאזט זיך נישט ווערן ארומגעשפילט.
אינטערעסאנט איז אויך אז ער מיט ר' משה קומען זיך אינגאנצען נישט אויס (איך ווייס נישט די היסטארי צווישן זיי..וה' יאיר עיני). אסאך מאל איז עס ממש א קאץ און מויז פייט..איך זאג יא.. איך זאג ניין... וואס איז בכלל נישט ר' הלל'ס מהות.

ווי אויך איז ער א מוראדיגע נחבא אל הכלים, ער וויל נישט קיין אינטערוויוס און אנדערע סארט אדווערטייזמענט. ווי למשל ביי דער "הלל מחייב" אקציע (ווער געדענקט נאך??!!) האט מען אים ארויפגעשמירט אויף אלע פאוסטערס און בנינים און סהאט אים זייער געבאדערט. ער האט זיך אויפגעשטעלט אין שומר שבת און מוחה געווען לעיני כל אז סאיז געטון געווארן אן זיין רשות.

ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן אויב ווייסט איינער וויזוי ער איז אנגעקומען צו דעם פאסטן, ווי אויך זיין בעקגראונד און צו האט ער א דזאב דורכן טאג, וכו'...

סאיז נאך דא אסאך צו שרייבן אבער איך דארף היטן אויפן אויסגערוטקייט :lol:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 8:23 am
דורך כוכב
כמדומה אז ער איז אומפארהייראט.
ער דרייווט א ביציקל.
ער פירט אן א היטשן נעטווארק פון אזוי נאנט ווי 16טע עוועניו ביז וואו דו באגערסט, מיט דער אפציע פון מיט אדער אן לאגעזש.
ער איז א גאון אין צוזאמרעדן פאר פייער און וואסער ביי זיינע אפיעלס ווען איין ווארט קלעבט נישט מיט'ן צווייטן און דאך שארט ער גאלד ביי כל מנין ומנין.
מיר האט ער אלץ אויסגעזען ווי א סטאבערן בחור, בכלל נישט די גוטסקייט וואס מענטשן מאלן אים אראפ.
הצלה האט אויך גענוצט זיין בילד אויף א גרויסן ביל באורד אויף פערצנטע עוועניו, דורכאויס די סוקסעספולע B קאמפיין.
ביי הלל מחייב האב איך אים גראדע יא געזען קאמפיינען פאר די מסיבה. עפעס א געפיל האט ער געהאט פאר די קעיס.
אדערווייז בלייבט שומר שבת דער פאראדאקסישער לעגנדארער לענדמארק וואו ס'איז אן עקל און א גרויל אריינצוטרעטן אפילו בטעות.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 9:52 am
דורך לית דין בר נש
כוכב האט געשריבן:כמדומה אז ער איז אומפארהייראט.

מיר האט ער אלץ אויסגעזען ווי א סטאבערן בחור, בכלל נישט די גוטסקייט וואס מענטשן מאלן אים אראפ.

ער איז ב"ה פיין פארהייראט ער מאכט חתונה קינדער כמעט יערליך!!!

ווי זעהסטו אין אים א טראפ סטאבערן? ער איז די גוטסקייט אליין
ער וועט זיך נאר שלאגן מיט משה לטובת אנדערע אידן ווי איך האב אמאל מיט געהאלטן ערב הושענה רבה וואס משה'ס זוהן פארקויפט הושענות און ער האט געהאנגען צעטלעך אז קיינער טאר נישט פארקויפן הושענות אויף די קארנע"ר פון שומר שבת נאר אויף די אנדערע דריי קארנערס ווען הלל איז אנגעקומען און דאס גיזעהן איז ער ארום געלאפן די גאנצע ביהמ"ד און אראפגעריסן יעדע צעטיל, משה האט געמאכט אויף אים אזעלכע קולות אבער ער האט ווייטער געריסן כאילו ער רעדט צו די שענדלי"ר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 10:10 am
דורך אויסגערוט
כוכב האט געשריבן:ער איז א גאון אין צוזאמרעדן פאר פייער און וואסער ביי זיינע אפיעלס ווען איין ווארט קלעבט נישט מיט'ן צווייטן און דאך שארט ער גאלד ביי כל מנין ומנין.

די אפיעלס זיינער זענען א גאנצער מעשה פאר זיך. צאמגעמישט מעשיות וואס האבן.ממש פאסירט נעכטן אום פיר אזייגער פארטאגס מיט פאקטן פון וויפיל טוילעט פעיפער מע'ניצט א טאג.

כוכב האט געשריבן:מיר האט ער אלץ אויסגעזען ווי א סטאבערן בחור, בכלל נישט די גוטסקייט וואס מענטשן מאלן אים אראפ.

דא ביסטו נישט גערעכט. דער איינציגער סטאבערנקייט וואס מען בעט ביי. אים איז ביים צושטעלן א רייד אדער אן עמוד פאר איינעם. מקען זען ווי ס'באדערט אים אז יענער האט אויפגעגעבן אויף א רייד און ער דארף אוועקשיקן דער קאר ליידיג

כוכב האט געשריבן:אדערווייז בלייבט שומר שבת דער פאראדאקסישער לעגנדארער לענדמארק וואו ס'איז אן עקל און א גרויל אריינצוטרעטן אפילו בטעות.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:09 am
דורך איך אויך
כוכב'ל ביסט אין א בעד מוד היינט צו וואס? הלואי א צענטל פון הלל'ס צדקות אויף אונז אלע געזאגט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 4:33 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:כמדומה אז ער איז אומפארהייראט.
ער דרייווט א ביציקל.
ער פירט אן א היטשן נעטווארק פון אזוי נאנט ווי 16טע עוועניו ביז וואו דו באגערסט, מיט דער אפציע פון מיט אדער אן לאגעזש.
ער איז א גאון אין צוזאמרעדן פאר פייער און וואסער ביי זיינע אפיעלס ווען איין ווארט קלעבט נישט מיט'ן צווייטן און דאך שארט ער גאלד ביי כל מנין ומנין.
מיר האט ער אלץ אויסגעזען ווי א סטאבערן בחור, בכלל נישט די גוטסקייט וואס מענטשן מאלן אים אראפ.
הצלה האט אויך גענוצט זיין בילד אויף א גרויסן ביל באורד אויף פערצנטע עוועניו, דורכאויס די סוקסעספולע B קאמפיין.
ביי הלל מחייב האב איך אים גראדע יא געזען קאמפיינען פאר די מסיבה. עפעס א געפיל האט ער געהאט פאר די קעיס.
אדערווייז בלייבט שומר שבת דער פאראדאקסישער לעגנדארער לענדמארק וואו ס'איז אן עקל און א גרויל אריינצוטרעטן אפילו בטעות.

כוכב: צו ער איז היינט פארהייראט אד'ער נישט, ווייס איך נישט. און וואס דו רופסט איהם אן אלס "סטאבערן בחור מיינסטו אין א פרייען טערמין. ווייל איך קען עטליכע פון זיינע אייניקלעך... :roll: :?:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:52 pm
דורך Kool man
איינער פארט קיין לעיקוואוד? עניבאדי טא לעיקוואוד??

א רייד קיין מאנסי! א רייד קיין מאנסי פאר א חשובער בחור!

מאנטיסעלאו אדער סאוט פאללסבורג!!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:48 pm
דורך יין שרף
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=IgO-NmdnUZM[/youtube]

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:51 pm
דורך יין שרף
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OSNxlHTz7So[/youtube]