אלערט פאר אדמורי"ם פון קומענדיגער דור!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

אלערט פאר אדמורי"ם פון קומענדיגער דור!!

שליחה דורך ירח בן יומו »

אין די לעצטע תקופה איז אסאך ארום גערעדט דעווארן אין די בתי מדרשים און אין בתי הוראה איבער די "נאמען" פון א חסידות, צו ס'האט בכלל א בעלות? צו יעדער אייינער מעג זיך רופן ווי אזוי עהר וויל? צו אנדערע דארפן איהם רופן אזוי וכו'.

איך וויל אריין גיין דא אין א אנדערע צוגאנג צו די גאנצע סוגיא: איז עס קלוג צו בלייבן מיט צווי חסידות'ן מיט דעם זעלבן נאמען? אויף די פארמעלע צעטליך און צייטונגען וועט מען גיין לויט די פס"ד אבער פוק חזי מאי עמא דבר:
כיום אז מ'קקוט זיך ארום אין די וועלט זעמיר אז ווי סאיז נא דא צווי הויפן מיט די זעלבע נאמען,ענדיגט זיך עס איז קיין איינער האט נישט די נאמען,
און נאכמער, מ'רופט ניטאמאל אהן דעם רבי'ן בלשון כבוד נאר ווי א פלעינע בעל עגלה : ז"ל, אהרן, מרדכי דוד, בן ציון, מענדעלע, ישראל'טשע וכו'.
משא"כ פלעצער ווי ס'איז קלאר געטוישט געווארן די נאמען (עין ערך מחנובקה-בעלז, פינסק-קארלין, תולות אהרן-אברהם יצחק, צאנז-קלויזענבורג) אדער אפי' פלעצער וואס מ'וואוינט אין אנדערע שטעט וואס ווייזט קלאר וועמען מ'מיינט (עין ערך וויזניץ מונסי-ב"ב, ראחמסטריווקא ארה"ב-ירושלים, הגם אז דא הערט מען שוין אויך אביסל ר' מוטעלע-ר'משה'לע, ר' יצחק'ל-ר'דוד'ל) זענען די אדמורי"ם געבליבן בלשון בני אדם בלשון כבוד "די סטולין'ער רבי, די בעלזער רב, די גערע רבי, די באיאן'ער רבי. על כן אז מ'וויל זיין קלוג און מ'וויל בלייבן אויף די גאס מיט א בכבוד'עגער נאמען זייטס מוחל און זוכטס גלייך אויס א נייע נאמען (אפי' נישט ממש דעם טאטע'נס-ע"ע רופשיץ-מאוזיי) אין זייטס ממשיך די שלשלת היוחסין עד ביאת גואל צדק ברחמים. (עס פעלט נישט קיין נעמען פון שטעט אין רוסלאנד, פוילן, אונגערען, גאליציע און אויב יא קען מען נעמען אמעריקאנער נעמען עיין ערך מאשאלא, פיטסבורג)
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

דער לאשאנצער שליט״א האט שוין געלאזט הערן זיין חוות דעת, מ׳זאל מאכן נעמען פון עסן
למשל אדמו״ר מפאטעיטא טשיפ, און די קינדער וועלן זיך צוטיילן, בארביקיו, אניון גארליק, ריפלד (ער איז די מער פראסטער פון די קינדער, כידוע), וכו׳.
אדער דזשעליבינע רבי און די קינדער וועלן זיך אנטיילן לויט די קאלירן.

מ׳קען מוסיף זיין נאך איידיעס ווער עס וויל.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
אהבת ישראל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:07 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

דער עיקר נישט מחלוקת

שליחה דורך אהבת ישראל »

זאלען אלע צוקנפטיגע אדמורי"ם אין בנש"ק האבען יעדען טאג א שיעור אין אורחות צדיקים אדער חובת הלבבות בלויז פופצען מינוט....וועלען אלע בתי דינים אין להבדיל קארטס פשוט אינטערגיין....דאס וועט זיי עפענען די אויגען אז עס איז דא אן עולם האמת...אין עס איז נישט ווערד פאר אביסעל נארישען " כבוד המדומה " זיך צי פארברענען אין ביידע וועלטען...טויש א נאמען אין מיש נישט אריין הונדערטער אדער טויזנטער טייערע יודישע קינדער אין דיינע פריוואטע מחלוקת מיט דיין ברודער\שוואגער...................
פארשפארט