בלאט 1 פון 8

ברוכים הבאים צום ''שושנים'' פאעזיע פארמעסט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 9:00 pm
דורך כוכב
מיט כבוד און עהרע טוען מיר אייך באגריסן מיט א הארציגן ברוכים הבאים צום '' שושנים'' פאעזיע פארמעסט, לכבוד חנוכה תשע"ה.

דער נאמען "שושנים" איז דערוועלט געווארן באזירט אויפ'ן נוסח פונעם פייטן: ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים. א שיינע לאגא וועט נאכפאלגן מעשה ידיו להתפאר פון אונזער אלעמען בארימטן גראפיסט רויטע וואנצעס.

ווי אלע ווייסן איז אויסגעוועלט געווארן א פארמעסט איבער א קאמפיין מיט אן איבערוויגנדער מערהייט. דערפאר האבן מיר יעצט דעם פארגעניגן פארצושטעלן די שטאטוטן פונעם פארמעסט:

א - עס קען געשריבן ווערן פאעזיעס איבער סיי וואס פאר א טעמע אין סיי וועלכער שפראך, און סיי וועלכע פאעזיע פארמאט, מיט גראמען אדער אן וכו'.

ב - דער פארמעסט וועט אנגיין במשך די ימי חנוכה פונעם ערשטן ליכטל. אויב וועט זיין א פארלאנג, וועט זיך דער פארמעסט אנהויבן פון כ''א כסלו וואס ווי באקאנט קומט שוין דאן אראפ די אורות פון להודות ולהלל. אום זאת חנוכה וועט פארקומען וואלן צווישן די פאעזיעס אויסצואוועלן א געווינער.

ג - עס מעג אריינגעגעבן ווערן מער ווי איין פאעזיע וכל המרבה הרי זה משובח. ווען איך שיקט אריין א פאעזיע ביטע מאכט זיכער צו געבן א קעפל פאר דער פאעזיע.

ד - צו פארזיכערן די אויסגעהאלטנקייט פון דעם פארמעסט וועלן אלע פאעזיעס ארויסגעשטעלט ווערן אנאנים אונטער דעם כוכב ניק, און הערשט נאך די וואלן וועלן זיי אריבערגעפירט ווערן אונטער דעם נאמען פונעם אריגינעלער פארפאסער אינאיינעם מיט אלע לייקס. יעדע פאעזיע וועט ערשיינען אין א באזונדערע אשכול מיט א שושנים נומער.

ה - מיר בעטן די מחברים זאלן האלטן זייערע ווערק בסוד. עס איז אבער יא ערלויבט צו שפעקולירן ווער איז דער מחבר פון איטליכער פאעזיע.

ו - אריינצושיקן א פאעזיע ביטע שיקט אן אימעיל צו shternks@gmail.com. די פאעזיעס וועלן ערשיינען לויטן סדר וואס זיי וועלן אריינקומען ראשון ראשון ואחרון אחרון. ביטע נישט ארויסשטעלן אייער פאעזיע אויף דער אייגענער האנט. די פארוואלטונג טוט זיך באדאנקען פאר די חשוב'ע מחברים וואס האבן שוין אריינגעגעבן זייערע פאעזיעס ויפה שעה אחת קודם.

ו - דער זמן האחרון אריינצושיקן א פאעזיע איז די זיבעטע טאג חנוכה.

ז - יעדע ניק האט א זכות צו שטימען. עס איז זעלבסט פארשטענדליך נישט צו סאבאטאזשירן די וואלן און די וואס האבן מערערע ניקים ווערן געבעטן בכל לשון של בקשה נאר צו שטימען מיט איין ניק. אן אויסנאם ווערט געמאכט פאר די וואס גיבן אריין פאעזיעס אונטער מער ווי איין ניק, קריגן זיי א זכות צו שטימען לויט די צאל פאעזיעס.

ח - צום שלוס וועט אי''ה ערשיינען א הערליכע קונטרס פון אלע פאעזיעס דורך אונזער אלעמען באליבטן רויטע וואנצעס.

ט - מכאן הקריאה יוצאת, יעדער איז געלאדנט אנטיילצונעמען, שאצט נישט אונטער אייער כוחות הנפש, שארצט אייך ארויף די ארבל און מיר קוקן ארויס פאר אלעמענס קאאפעראציע.

י - עס וועלן זיין צוויי געווינער, אן ערשטער געווינער און א צווייטער געווינער.

זאלן מיר ארויסברענגען אונזערע געבענטשטע טאלאנטן מכח אל הפועל,
בכבוד רב,
כוכב
בשם די שושנים פארוואלטונג

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:49 am
דורך [NAMELESS]
:like :like
סאונט זייער צו די זאך און פראפעשאנעל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:04 am
דורך פישלע העררינג
יא.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:42 am
דורך [NAMELESS]
@כוכב זיי ביטע מרחיב וויאזוי מען וועט שטימען, דורך א לייק? קען מען שטימען אויף מער ווי איינס? וואס מיינט א וואוט אז איך.האב הנאה געהאט אדער אז דאס איז די בעסטע?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:32 am
דורך כוכב
מוועט שטימען אזוי ווי מ'שטימט אויף אן אנקעטע.
די פראגע וועט זיין בערך ווי פאלגנד: וועלכע פאעזיע וואלט איר אויסגעוועלט אלס געווינער פון דעם פארמעסט? און נאכהער: וואס וואלט איר אויסגעוועלט אלס צווייט ראנגיגער געווינער פון דעם פארמעסט?
לייקס זאל מען געבן פאר יעדער פאעזיע מ'האט הנאה אדער /און מ'אידענטיפיצירט זיך מיט דעם מעסעזש פון דער פאעזיע. אפילו א פאעזיע וואס איז נישט די סאמע בעסטע קומט זיך אויך א לייק.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:59 am
דורך פליקער
איים אWט!!

מיינע גריימען זענען מאקסימום אזוי

מיין נאמען איז ניסן
איך האב ציריסענע הויזן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:21 pm
דורך לית דין בר נש
פליקער עס איז בכלל נישט שלעכט לייג צו נאך א זעקס שורות וועסטו אויך הנאה האבן דערפון
Anyway וואס האסטו געטוהן מיט דיין צעריסענע הויזן?
און BTW ביסטו א אייניקל פון דער עלטער זיידע ניסן וואס לעבט שוין נישט?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:52 pm
דורך שמעקעדיג
פליקער עס מוז נישט גראמען. פאעזיע קען זיין אנע גראמען אויכעט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 7:44 pm
דורך רויטע וואנצעס
"שושנים פאעזיע פארמעסט"
חנוכה תשע"ה...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:05 pm
דורך בשבילי!
הערליך שיין! אפשר לייג צו ''קאווע שטיבל'' ערגעץ אויפן וואזע

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:50 pm
דורך כוכב
די לאגא איז מעשה ידיו להתפאר פון רויטע וואנצעס, ווי איך לערן דאס אפ, האט עס רויזן ע"ש שושנים, אריינגעשטעקט אין א טעפל קאווע ע"ש אונזער שטיבל, עס פינקלען שטערן ע"ש אנוכי הקטן, און עס קומט באצירט מיט בלעטער, ע"ש קאווע בלעטער.
# בריליאנט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:59 pm
דורך יין שרף
די טרינקסט קאווע אין דעם?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 10:13 pm
דורך לית דין בר נש
כוכב די האסט ב"ה א פיין קעפל
איך גלייב דיין רבי האט עס דיר שוין געזאגט אין חדר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:05 pm
דורך פישלע העררינג
ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 8:12 am
דורך רויטע וואנצעס
א דאנק פאר די קאמפלימענטן. איין זאך נאר וואס איך וואונדער. פארוואס פאלט די רעזעלאשון אזוי שטארק ווען איך לייג עס ארויף דא. ביי ארומא האב איך געהאט די זעלבע פראבלעם. אין פדף קומט עס יא אריין שטארק, עיין ארומא בלעטער.

פישעלע זאגסט גוט. די סיבה פארוואס כ'האב נישט אריינגעדרייט קאווע און פאעזיע אינעם בילד איז ווייל צופיל מעסעזשס איז פארקערט פון די מטרה ביי א לאגא. דאס איז אבער יא ריכטיג, אז כ'האב אינזין געהאט כוכב מיט די שטערנס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:14 pm
דורך כוכב
די פאעזיע פארמעסט איז אין פולן גאלאפ, הערליכע פאעזיעס זענען שוין אריינגעקומען צו דער מערכת איינס שענער פונעם צווייטן. די ערשטע פאעזיע וועט אי"ה ארויסגעשטעלט ווערן היינט אויף דער נאכט עד שתכלה רגל מן השוק, מעשה ידיו להתפאר פון אן אנאנימער חבר.
גלייכצייטיג געבן מיר איבער אז ס'איז נאך פארבליבן אייניגע סלאטס אין דעם פארמעסט, און מיר בעטן די חשוב'ע חברים זאלן זיך צואיילן און אריינשיקן זייערע ווערק (אין אימעיל ביטע) ווי אמשנעלסטנס, כדי מיר זאלן קענען מסדר זיין דעם פארמעסט על צד היותר טוב.

יש"כ ותודה למפרע,

הק' כוכב
חופק"ק קאצק

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 6:18 pm
דורך כוכב
וויכטיגע באמערקונג:
עס איז טאקע ערלויבט געווארן צו שפעקולירן די פארפאסער פון די פאעזיעס אבער עס איז אויסדריקליך נישט דער פאקוס פונעם פארמעסט.
אויך בעטן מיר נישט צו ציען מסקנות נאר ליבערשט זאל דער פארמעסט בלייבן אנאנים און אביעקטיוו.
א דאנק.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 8:28 pm
דורך איך אויך
זעה איך אז מען האלט שון ביי 4 חלקים ,די פאזיע ושמאזיע ,פישעלעס רעיטינג סיסטעם, די שפעקולציעס ווער איז דער מחבר און די פילפארביגע פירושים.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:02 pm
דורך לעיקוואד
נאכדעם וואס מענדיגט מיט די שירים דארף מען מאכען א קאנטעסט פון שרייבען מעשיות (שארט סטאריס), אמת אדער פיקציע. דאס איז נאכנישט געווען דא.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:10 pm
דורך כוכב
לול, דו ווייסט אפשר וואס פאר א כוחות עס נעמט אריין פירן אזא פארמעסט?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:18 pm
דורך איך אויך
עס קומט זיך טאקע א הילכיגן טו פיר סיקס אכט פאר ידידינו כוכב'ל פארען אנפירן דאס פארמעסט אזוי געטריי און מיט הצלחה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:22 pm
דורך רויטע וואנצעס
אזא שטערן קומט אזוי נאנט צו די ערד נאר איינמאל אין 500 יאר!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:23 pm
דורך לעיקוואד
כוכב האט געשריבן:לול, דו ווייסט אפשר וואס פאר א כוחות עס נעמט אריין פירן אזא פארמעסט?

כ'האב נישט געזאגט דו מוזט עס פירען :)