בלאט 1 פון 2
אהרן יוסף שפילמאן - לייוו ריפארטס
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:25 am
דורך סאשי פיש
עס קומט גוטע צייטען.
ניי צום אידישען וועלט! איינער זאל מעלדען די נייעס און אינטערוויאן מענטשען אויף ווידיא!
די נייעס אגענט הייסט אהרן י. שפילמאן. פון מצליח?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TGD65wrJkK8[/youtube]
אהרן יוסף שפילמאן - לייוו ריפארטס
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:26 am
דורך [NAMELESS]
א נייע חידוש אין די וועלט פון היימישע מידיע , אהרן יוסף שפילמאן (וואס פלעגט ארויס געבן מצליח) האט אנגעפאנגען מאכן לייוו ווידיאוס פון נייעס. היינט איז ארויסגעקימען די ערשטע ווידיאו וואס רעדט זיך וועגן די קראןהייטס אטאקע.
כ'מיין אז ס'איז גאנץ זיס פאר די ערשטע מאהל. האפענטליך וועט עס ווערן בעסער.
איין הערה, כ'מיין אז די אינטערוויא מיט הייקינד איז צו לאנג. עס טאר נישט זיין מער ווי דריי מינוט, און די גאנצע ווידיאו האט נישט געדארפט זיין מער ווי 7-8 מינוט
http://youtu.be/TGD65wrJkK8
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:39 am
דורך בשבילי!
פאני
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:40 am
דורך ישראל קאפקע
זייער שיין! אבער עס איז צו לאנג, ענדערש זאל ער מאכן דריי פינף מינוטיגע באריכטן.
(אגב, א גרינגער וועג זיך אויסצולערנען ענגליש
)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:41 am
דורך בשבילי!
כ'זיך א לאך וואו זיך צו באהאלטן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:45 am
דורך כוכב
כ'האב הנאה א מענטש טוט זאכן אוט אוו דע באקס. מ'מוז נישט נעמען א זשאב דייקא אין בי ענד עיטש אדער דרייוון א באס פאר תלמוד תורה ערוגת הבושם.
זאל ער האבן הצלחה און זיך אויסשארפן און אריינוואקסן אין זיין קאריערע.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:02 am
דורך אפטעמיסט
אומגלויבליך! מ'האמער דערלעבט!
ווי אנדערע האבן שוין געשריבן איז די אינטערוויוא מיט הייקענד סך צו לאנג און ארויס פון פראפארציע. כ'האב אויך קריטיק אויף די וועג וויאזוי שפיעלמאן רעדט, ס'זעט אויס ווי ער לייענט ארויס פון א פאפיר. ענדערש זאל ער ניצען מער א פשוט'ע שפראך, ער שרייבט נישט קיין צייטונג יעצט. כ'בין זיכער מיט די צייט וועט ער זיך אויסרייבן און זיין דער ערשטער היימישער אידיש-רעדנדיגער זשורנאליסט.
נאך א הערה: די קוואליטי דארף אויך א תיקון; קוים וואס מ'הערט דעם חבד'סקער בחור רעדן.
אבער, ס'קומט אים קרעדיט! רבותי, משיח איז ביים שוועל!!!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:18 am
דורך פישלע העררינג
ווער איז זיין טארגעט אדיענץ?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:26 am
דורך סאשי פיש
אן עווערדייזמענט פאר די ווידיא און נאך.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:45 am
דורך יידל
אפטעמיסט, טרייב נישט איבער. די ערשטע אידיש-רעדנדע זשורנאליסטן לעבן שוין נישט. אויב דו מיינסט דווקא רעדנדע זשורנאליסטן לאפוקי שרייבנדע, איז זלמן ווידער לכאורה דער ערשטער.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:46 am
דורך בעל מדות
א גרויסער טעות דא! דער אינגערמאן הייסט אהרן יוסף שפילמאן און נישט אהרן יהודה...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:04 am
דורך אחראי
פארראכטן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:35 am
דורך אפטעמיסט
יידל האט געשריבן:אפטעמיסט, טרייב נישט איבער. די ערשטע אידיש-רעדנדע זשורנאליסטן לעבן שוין נישט. אויב דו מיינסט דווקא רעדנדע זשורנאליסטן לאפוקי שרייבנדע, איז זלמן ווידער לכאורה דער ערשטער.
כ'האב געמיינט צו זאגן "היימיש" אידיש-רעדענדע זשורנאליסטן אויף "קאמארע". נישט די אמאליגע אידישסטן, און נישט א האט-ליין, א שטייגער ווי קול מבשר. (אויסער אויב ס'איז שוין געווען היימישע חסיד'שע זשורנאליסטן אויף אזא אופן, דאן צו איך צוריק).
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:47 am
דורך פליקער
פיינע נייעס,
אסאך הצלחה,
איך האף ער זאל עס מאכן אויף עפעס א וועיג,
גאד בלעס אמערע-איד
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:02 pm
דורך וויליאמסבורגער
קודאס!! ער זעהט אויס צוגעפאסט פאר דעם. זאל ער מצליח זיין!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:05 pm
דורך ישמעאל הכהן
וויליאמסבורגער האט געשריבן:זאל ער מצליח זיין!
נישט ווי יענע מצליח...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:07 pm
דורך smart
זייער זיס דעע נייעס
אבער וואס איך פארשטיי נישט איז, אז פארוועם קען דעעס זיין אינטרעסאנט? פאר די אלע וואס האבן סמארט פאונס באקומען און זעען די נייעס שנעלער בעסער און דארפן נישט קיין אידיש.. בפרט אזעלכע לאנגע דרשות.
ווייטער פאר די עמון עם עולם עולם איז דא קול מבשר אין פשוטע צייטונגען און זיי דארפען עס נישט, זיי האבן עס נישט וואו צו זעהן.
איז קומט אויס נאר פאר די וואס האבן נישט קיין סמארט פאון און האבן אבער צוטריט צו נעט דורכן קאמפיוטער. (נעם אראפ די אלע וואס זייער פילטער לאט נישט אדורך צו זעהן, איז נאך אסאך א קלענער עולם) נו פאר אזא קליינע המון לויט זיך עס נישט מען דארף האבן צייט מען דארף עס טרעפן וכו' עס איז נישט וואו עס קומט אויפן פאון..
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:27 pm
דורך יין שרף
אז ער ווערט גוט. וועלן אלע סמארט פאון אינגעלייט עס קוקן. גענוג וואס באקומען נייעס נאר דורך טוויטער און וואטסעפפ וועלן עס זעהן און הערן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:30 pm
דורך [NAMELESS]
יעדער האט ליב נייעס אין אידיש. אויב וועט עס זיין גיט און קארץ וועט עס יעדער קיקן. ער וועט האבן טויזענטער קיקער'ס און ס'וועט זיך לוינען צו אדווערטייזען דארט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:51 pm
דורך [NAMELESS]
די ניגון וויאזוי ער זאגט אראפ די נייעס און די הענט מאושענס מאכט ער זייער גוט ממש ווי אויף ABC (כאטש מ'זעט נישט די גאנצע האנט). נאר די אויגען שטייען אים נישט גראד. ווי אויך עפענט ער צו גרויס די מויל. אבער עפטער אלל איז עס גוט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:59 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך זע אין אים מער NBC ווי ABC, אבער כ'פארשטיי פון וואו דו קומסט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:15 pm
דורך אפטעמיסט
בקיצור, צוויי זאכן מוזן זיך זאפארט טוישן: אוועק מיט די לאנגע איטערוויאוס; און נארמאלע פשוט'ע שפראך, נישט מיסטעריעזע הויכע וואקאבולאר וואס מ'ניצט ביים שרייבן. ס'איז טראגי-קאמיש צו הערן גלייך ביים אנהויב ווי פון איין זייט רעדט ער שווערע אידיש, און מצד שני מאכט ער א מיש-מאש פון צו פיל ענגלישע ווערטער, למשל "א פארטי-ניין יער אלד אפריקען אמעריקען גיי...", כ'מיין, מר. שפיעלמאן, פליז... דאס איז שוין אביסל קארני.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 11:41 pm
דורך [NAMELESS]
וואסי געשעהן? כ'האב געמיינט אז ער וועט יעדן טאג מאכן א בראדקעסט