בלאט 1 פון 5

"קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:58 am
דורך וויליאמסבורגער
קומענדיגע וואך פר' מקץ קומט ארויס א נייע אויסגאבע ספעציעל פאר קינדער מיט'ן נאמען "קינד-ליין". ס'איז דא א שרעקליכע מאנגעל פון אידיש ליין מאטריאל פאר קינדער, האפענטליך וועט דאס לעזן דיפראבלעם.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:14 pm
דורך פליקער
די מאנגל איז נישט אזוי גרויס

לדוגמא איך גיי יעדען פרייטיג ארויף אויף לדעת.אינפא, איך פרינט ארויס כל מיני אידישע זאכן פאר חינם

הערליכע מעשות מיט שיינע ליינעכץ, מיינע קינדער האבן וואס צי טיען גאנץ שבת

אבער איך פריי זיך צי נאך עפעס העמער זעין ווי אינטערעסאנט עס וועט זיין

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:03 pm
דורך יין שרף
פליקער האט געשריבן:איך גיי יעדען פרייטיג ארויף אויף לדעת.אינפא, איך פרינט ארויס כל מיני אידישע זאכן פאר חינם

הערליכע מעשות מיט שיינע ליינעכץ, מיינע קינדער האבן וואס צי טיען א גאנצן וואך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:28 pm
דורך פליקער
יין שרף האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:איך גיי יעדען פרייטיג ארויף אויף לדעת.אינפא, איך פרינט ארויס כל מיני אידישע זאכן פאר חינם

הערליכע מעשות מיט שיינע ליינעכץ, מיינע קינדער האבן וואס צי טיען א גאנצן וואך


רייט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 10:04 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 3:19 pm
דורך וויליאמסבורגער
גאסן באהאנגען

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:22 pm
דורך נולד מאוחר
וואלט געווען א גלייכע זאך זיי זאלן האבן א בלעטעל וואס האט אידש אין ענגליש אונטער די בילדער. זאל העלפן די קינדער לערנען ענגליש.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:29 pm
דורך [NAMELESS]
שוין דא אין די סטאר'ס. איינער האט עס שוין געליינט?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:45 am
דורך נולד מאוחר
אויב וועלן זיי האבן אפאר קאמיקס איבער סעיפטי פאר קונדער, בפרט ווי אזוי זוך היטן פון עלטערע, וואלט דאס געווען א שטארקע אויפטי. אז נישט איז די מאמענטס קינדער אפטיילונג זייער גוט ווער דארף נאך איינס?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 5:06 pm
דורך לייב פאללאק
זיי שרייבן "היסטאריע פאר קינדער! קיינמאל פריער נישט געווען"
וואס דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג ווארום דער "יפה בעתו" איז אויך געווען מיוחד פאר קינדער, הגם פאר מער עלטערע

איך האף טאקע אז זיי וועלן אריינלייגן וועלטליכע ידיעות דערין ווי דער יעניגער האט געטוהן מיט "נפלאות הבורא" וואס האט אים געברענגט אסאך קאסטומערס

איך ווינטש זיי פיל הצלחה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 8:45 pm
דורך ודי למבין
מאנגל??? זענט איר שוין געווען אמאל אין לייברערי אין די קינדער אפטיילונג???

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:55 pm
דורך ברסלבער
לייב פאללאק האט געשריבן:זיי שרייבן "היסטאריע פאר קינדער! קיינמאל פריער נישט געווען"
וואס דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג ווארום דער "יפה בעתו" איז אויך געווען מיוחד פאר קינדער, הגם פאר מער עלטערע

יפה בעתו/בעטו איז חודש'ליך, און זיי זענען וועכטנליך. לאמיר האפן אז זיי וועלן מצליח זיין.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 10:17 pm
דורך יואליש
ערשטע אויסגאבע קוקט אויס שיין. זיי האבן א ליסטע פון נעמען אין די רעדאקציע. צוויי קאמיק פארזעצונגן. איין קאמיק רובריק געריפן "א האלבע מעשה" ווי זיי ערלויבן דאס קינד'ס אימעזשינעשאן צו פארענדיגן די מעשה מיט א הוי דן כל אדם לכף זכות טוויסט. אויב האבן זיי די וואך אין היסטארי, און וויסענשאפט פאר קינדער, און פארשטייט זיך חידות און געימס.

דורכבלעטערנדיג האב איך באמערקט אז זיי ניצן די ווארט "אסטראלאג" (שטערן זעהער) אנשטאט "אסטראנאמאר" אדער מער פונקטליך אין די קאנטעקסט astrochemist.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 7:52 pm
דורך [NAMELESS]
צווייטע אויסגאבע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 5:16 pm
דורך געוואלדיג
נולד מאוחר האט געשריבן:אויב וועלן זיי האבן אפאר קאמיקס איבער סעיפטי פאר קונדער, בפרט ווי אזוי זוך היטן פון עלטערע, וואלט דאס געווען א שטארקע אויפטי. אז נישט איז די מאמענטס קינדער אפטיילונג זייער גוט ווער דארף נאך איינס?

עס איז דא א ביך אויף די נושא אויף ענגליש און אויף אידיש מיטן נאמען ... איך געדענק נישט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 3:28 pm
דורך געוואלדיג
יישר כח פאר יר דערמאנען דאס האב איך געמיינט און עס איז זייער גוט און באלערנד אויף א איידילע וועג,
נישט נאר וועגן די ענין נאר וועגן אלע ענינים

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:18 pm
דורך קאווע טרינקער
ארויסגעקומען די וואך?

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 10:16 am
דורך בא גד
סווערט פשוט צוכאפט פון די שעלפס
viewtopic.php?p=248847#p248847

נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 4:22 pm
דורך אפטעמיסט
קינד-ליין זעט אויס צו זיין א שטארקער סוקסעס. מיין זון טענה'ט אז "אלע קינדער לויפן עס קויפן" און ס'איז העכסט אינטערעסאנט און פאפולער.

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 6:08 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 3:01 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת קדושים

.

נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 10:36 am
דורך שמעקעדיג
פרשת אמור

.

Re: "קינד-ליין" נייע וועכענטליכע אויסגאבע פאר קינדער

נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 11:58 am
דורך פוקס
שמעקעדיג האט געשריבן:פרשת קדושים

.


כקויף שוין די צווייטע וואך קינדליין פאר מיינע קינדער. זעהר אויפגעקלערט מיט 'געוויסע' קאלוםס. (פונדעסטוועגן האב איך מיך נאך אלס מיינע רעזערוועישנס מיט דעם) למשל, ער דערמאנט סינקהאולס סייד ביי סייד מיט קרח'ס ופצתה; די תוכן וואס זיי קלייבן - און די אופן וויאזוי זיי באשרייבן די מעשה'לעך פון די תנאים ואמוראים אין אזא הדיוטיות'דיגע שפראך, דער סוכה אויפ'ן שיף. א תנא באגראבן אין לובלין כאכא; די מעלה גרה פיטשער; די ציינער וועלן ארויספאלן לעתיד פון די חזיר... צו מ'דארף באגראבן ציין; די נפלאות הבורא; די געאגראפישע סעריע; דערמאנט די קרייץ ציגלער און קודם פארציילט פון א קאנט האט יא געראטעוועט אידן אין זיין שלאס און נאכדעם א מעשה וואס נישט. פותח בשבח. ד.ה. סאיז נישט אלע גוים זענען שלעכט געווען. די זעלבע די פארזעצונג אין בילדער פונעם קריג. פארציילט א מעשה אין בילדער פון א קינד וואס האט אפערענטלי אויסגעקוקט ווי א גוי און האט נישט פארציילט דעם טאטן אז ער איז געלאדנט צום פאלאץ ווייל ער וויל נישט "באמולטשען דעם טאטן" מיט זיינע שטותים. און זיין כאניאקיש קליינטשיק ברודער פאלגט אים נאך...(מיין קינד זאגט מיר אז זיין "טעראפיסט" ליינט אים די פארזעצונג און זאגט אז די ערציילונג איז פון א גוי וואס איז אוועקגעלאפען פון זיין טאטע און האט זיך מגייר געווען [SMILING FACE WITH OPEN MOUTH] כהאב נישט געלייענט די פריערדיגע סאו ווייס איך נישט). עניוועי, עס איז נישט אלעמאל דער תוכן דוקא אבער די וועג וויאזוי זיי לייגן עס אראפ. נישט פונוואס זיי שרייבן יא נאר פון וואס זיי שרייבן נישט. צווישן די שורות ווי מזאגט. כגעדענק נישט אויסענווייניג אלעס וואס כהאב אינאכט גענומען אבער אפי' אויב יא אי אפשר לפורטם כי רבים הם ליטעראלי.
קען זיין אז דאס זאג איך עס נאר, וואס זעה קאנספיראציעס איבעראל אבער אין אידיש, פאר קינדער, איז עס בכל אופן פאר מיר, א נייע ערשיינונג געווען. מיטדעם אלעם אינדזשויט מיין זון נאכאלץ מער ווען איך לייען אים די Tintin series, wordsworth classics, Snow white, Mr Man and Little Miss, Disney Princess, Fireman Sam etc