בלאט 1 פון 3

מוזיקה ריז מונה רויזנבלום קומט קיין אמעריקע

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:58 am
דורך ישמעאל הכהן
פראווענען כ''א כסליו ביי מהר''א פון סאטמאר אין די ארמארי. דאס ווערט באצאלט פון א פריוואטן אונטערנעמער. רוזנבלוים קומט מיט א 28 מאן באנד.
דער כ''א כסליו דינער ביי מהר''א וועט היי יאר פארקומען אין ארמארי אין וויליאמסבורג.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:03 pm
דורך וויליאמסבורגער
Wow
וויפיל קאסט אזא מעשה?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:28 pm
דורך זוכער
ביז צוויי יאר רופט מען די רינגלינג בראדערס און ס'וועלן פארקויפט ווערן סיטעס פאר גרויסע געלטער, על טהרת הקודש שטייצעך.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:51 pm
דורך שמעקעדיג
שטייצעך אז אין די צייטונגען וועט מען נאר פאמפן ווי ביטער מען מוטשעט זיך אין די מוסדות, און מען דארף שפארן איבריגע אומוויכטיגע הוצאות

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:18 pm
דורך לית דין בר נש
טעות

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:59 pm
דורך איבערגעצויגנס
פון אייוועלט:

חברה.. נישט קיין שלושים לנגן, און אפילו נישט קיין אחד ועשרים לנגן אויך נישט..
מונה ברענגט נישט קיין איינעם מיט זיך. ער איז בגפו יבא..
עס גייט זיין א 12 פיעס בענד וואס פריילעך בענד ברענגט אראפ מצידם.

געכאפט א שמועס מיט איינע פון די חברה דארטן נעכטן, ער גיבט איבער אז עס ווארט אפ א מייסטערהאפטיגע מעמד וואס איז שווער צו באשרייבן,
מונה האט צוגעגרייט פונקטליכע נאטן פאר יעדן אינסטורמענט באזונדער. ארויסגעשריבן יעדן ריר ממש.
זאגן זאגט ער אז ס׳וועט זיין די פאלגענדע:
אייזיק האניג, לוי יצחק פאלקאוויטש און שלום לעממער - אלס סולו זינגערס.
א פילע קווייער פון חברת שירה
מונה ראזענבלום - קאנדאקטער (מעגליך וועט ער שפילן אקארדיאון, נישט קאנפירעמד).
די פיהר אפעציעלע פריילאך מעמבערס
(מענדי הערשקאוויטש, קיבאורד - אברומי שרייבער, דראמס - נחמן דרייער, גיטאר - שלומי שפילמאן, בעיס גיטאר)
א גרויסער פערקאשעניסט
דריי טראמפעטס
צוויי סעקסעפאונס
צוויי טראמבאונס

איך ווייס איין זאך. כ״א כסליו האט נאך אזוינס נישט געזעהן..

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 3:03 pm
דורך משבק
the most important thing for such a job is a good sound system .

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 3:45 pm
דורך יואליש
די לעצטע מאל מ'האט געניצט מונה צו אנצינדן עקסטאז ביי די ניו יארק'ע אידנטום איז געווען ביי די סטרולאוויטש חתונה.

ס'איז זייער סימבאליש אז דער מוזיקאלישע קאנדאקטאר פון צה"ל פאר דרייסיג יאר זאל קומען אונטערשפילן ביי די פייערונג פון א הצלה וואס איז צושטאנד געקומען דורך פארגייער פון צה"ל.

מונה האט געענדיגט זיין 30 יאריגע דינסט אין צה"ל אלס קאנדאקטאר הערשט צווי יאר צוריק.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:43 pm
דורך ראש הישיבה
יואליש האט געשריבן:די לעצטע מאל מ'האט געניצט מונה צו אנצינדן עקסטאז ביי די ניו יארק'ע אידנטום איז געווען ביי די סטרולאוויטש חתונה.

ס'איז זייער סימבאליש אז דער מוזיקאלישע קאנדאקטאר פון צה"ל פאר דרייסיג יאר זאל קומען אונטערשפילן ביי די פייערונג פון א הצלה וואס איז צושטאנד געקומען דורך פארגייער פון צה"ל.

מונה האט געענדיגט זיין 30 יאריגע דינסט אין צה"ל אלס קאנדאקטאר הערשט צווי יאר צוריק.


איך בין נישט זיכער אויב ער איז די קאנדאקטאר פון צה"ל אויב דו קוקסט דא שטייט אז ער איז די קאנדאקטאר פון די מקהלת רבנות צבאי, וואס דאס איז נישט די צבא אליינס נאר א פליגעל פון זיי.

עניוועיס לגבי סאטמאר איז נישט קיין חילוק, ווייל די פאקט אז ער שפילט אין יום העצמעות איז אליינס גענוג אן עבירה לגבי די היינטיגע אידיעלאגיע פון סאטמאר.

לולא אז מען וועט זאגן אז סאטמאר גייט צוריק צו די סטאנדארט פון פערציג יאר צוריק וואס דעמאלס איז מען נאך נישט געווען אזוי עקסטרעם פאר אזעלעכע זאכן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:23 pm
דורך יואליש
פילייכט איז ריכטיגער צו זאגן א קאנדאקטאר "אין" צה"ל, נישט "פון" צה"ל.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:37 pm
דורך [NAMELESS]
קען מיר איינער ערקלערן די אויפטי פין ברענגען מונה? ער איז נישט קיין זינגער אדער שפילער סה''כ א מוזיקאלישער דירעקטער (פין די בעסטע אין די ליין) זענען טאקע די ארונישע באטשיס אזעלכע מוזיקאלישע מבינים אז זיי וועלן שפירן אין די מוזיק אז מונה פירט עס? קאם אן פארדעם ספענט מען 10 20טיוזענט דאלאר? לוי פאלקאוויטש וועט מיר מער מאכן גיין ווי מונה רויזענבלום,

איך רעדט שוין נישט פון דעם אז אחרי ככלות הכל גייט מען עם צישטעלן קראצעדיגע מייקס. כנהוג

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:56 pm
דורך פישלע העררינג
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך רעדט שוין נישט פון דעם אז אחרי ככלות הכל גייט מען עם צישטעלן קראצעדיגע מייקס. כנהוג

:lol: :lol: :lol:

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:40 pm
דורך פארגין יעדן
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך רעדט שוין נישט פון דעם אז אחרי ככלות הכל גייט מען עם צישטעלן קראצעדיגע מייקס. כנהוג

:lol: :lol: :lol:

ווער גייט טאקע מאכן די סאנד סיסטעם דארט די יאר? כ'גלייב אז זיי פארשטייען אז סאיז נישט ווערט אראפ צוברענגען אזעלכע גוטע מוזיקאנטען אויב סאיז נישט דא קיין גוטע סאנד.
כ'האב פריער געזען שלום סאנדל מיט זיין ווען געפארקט ביי זיין פאטער'ס הויז אויף פארעסט. ס'האט נישט אויסגעקוקט אז ער מאכט סאנד די יאר ערגעץ כ״א כסלו. (ביי די זאליס מאכט יואלי קארפען).
איינער מיט מער אינפארמאציע וועגן דעם?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 2:56 pm
דורך מח-החושב
יואליש האט געשריבן:די לעצטע מאל מ'האט געניצט מונה צו אנצינדן עקסטאז ביי די ניו יארק'ע אידנטום איז געווען ביי די סטרולאוויטש חתונה.

ס'איז זייער סימבאליש אז דער מוזיקאלישע קאנדאקטאר פון צה"ל פאר דרייסיג יאר זאל קומען אונטערשפילן ביי די פייערונג פון א הצלה וואס איז צושטאנד געקומען דורך פארגייער פון צה"ל.

מונה האט געענדיגט זיין 30 יאריגע דינסט אין צה"ל אלס קאנדאקטאר הערשט צווי יאר צוריק.


דאס איז פון וויקיפידיע איבער מונה

עד סוף שנות השמונים השתייך רוזנבלום לציבור הדתי לאומי, אך לאחר מכן התקרב לציבור החרדי. הוא מקורב לחסידות חב"ד (אשתו היא צאצאית של האדמו"ר הזקן), וכן לחסידות גור, להן הוא גם מפיק את הדיסקים שיוצאים לאור מדי שנה לקראת הימים הנוראים.
רוזנבלום הוא גם מנצח, ומופיע באירועים גדולים בליווי תזמורתו. משנות התשעים ועד שנת 2012 היה מנצחה ומנהלה המוזיקלי של להקת הרבנות הצבאית.


פונקט ווי ר' יחיאל פאזען פון המזמרים מעג זינגען ביים דף היומי סיום און דערנאך ביים כ"א כסלו פון ר' זלמן לייב'ן, ווייל יעדער פארשטייט אז ביים דף היומי איז ער פאר געלט, מעג מונה ראזענבלום שפילן פאר ווער עווער עס באשטעלט אים אין איזראעל, און די ארונים מעגן אים נאך אלץ באשטעלן. דאס איז וואס איך קלער, והנלענ"ד כתבתי.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 3:40 pm
דורך ישמעאל הכהן
מיר ווינדערט פארוואס די ארונים זאלן נעמען דעם ריסק. נאך אלעס איז מונה נישט אן אנטי ציוני מילד גערעדט, שטעלט זיך די פראגע ווי פרייליך איז ער מיט הצלת רבינו יואל? זיכער נישט צופיל. ווער קען זיכער זיין אז ער וועט נישט שפילן א דאבעל אגענט און זוכן צו סאבאטאזשן דעם מסיבה, פארשרייבן פאלשע קארדס, נוצן דעם ברעסס דארט ווי ס'קומט א פידל וכדומה וכדומה. און נאכן מסיבה וועט מען זיך ווינדערן פארוואס ס'האט זיך עפעס נישט געטאנצן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 3:49 pm
דורך יואב
ישמעאל הכהן האט געשריבן:מיר ווינדערט פארוואס די ארונים זאלן נעמען דעם ריסק. נאך אלעס איז מונה נישט אן אנטי ציוני מילד גערעדט, שטעלט זיך די פראגע ווי פרייליך איז ער מיט הצלת רבינו יואל? זיכער נישט צופיל. ווער קען זיכער זיין אז ער וועט נישט שפילן א דאבעל אגענט און זוכן צו סאבאטאזשן דעם מסיבה, פארשרייבן פאלשע קארדס, נוצן דעם ברעסס דארט ווי ס'קומט א פידל וכדומה וכדומה. און נאכן מסיבה וועט מען זיך ווינדערן פארוואס ס'האט זיך עפעס נישט געטאנצן.

:lol:

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 12:26 am
דורך יואליש
מח-החושב האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:די לעצטע מאל מ'האט געניצט מונה צו אנצינדן עקסטאז ביי די ניו יארק'ע אידנטום איז געווען ביי די סטרולאוויטש חתונה.

ס'איז זייער סימבאליש אז דער מוזיקאלישע קאנדאקטאר פון צה"ל פאר דרייסיג יאר זאל קומען אונטערשפילן ביי די פייערונג פון א הצלה וואס איז צושטאנד געקומען דורך פארגייער פון צה"ל.

מונה האט געענדיגט זיין 30 יאריגע דינסט אין צה"ל אלס קאנדאקטאר הערשט צווי יאר צוריק.


דאס איז פון וויקיפידיע איבער מונה

עד סוף שנות השמונים השתייך רוזנבלום לציבור הדתי לאומי, אך לאחר מכן התקרב לציבור החרדי. הוא מקורב לחסידות חב"ד (אשתו היא צאצאית של האדמו"ר הזקן), וכן לחסידות גור, להן הוא גם מפיק את הדיסקים שיוצאים לאור מדי שנה לקראת הימים הנוראים.
רוזנבלום הוא גם מנצח, ומופיע באירועים גדולים בליווי תזמורתו. משנות התשעים ועד שנת 2012 היה מנצחה ומנהלה המוזיקלי של להקת הרבנות הצבאית.


פונקט ווי ר' יחיאל פאזען פון המזמרים מעג זינגען ביים דף היומי סיום און דערנאך ביים כ"א כסלו פון ר' זלמן לייב'ן, ווייל יעדער פארשטייט אז ביים דף היומי איז ער פאר געלט, מעג מונה ראזענבלום שפילן פאר ווער עווער עס באשטעלט אים אין איזראעל, און די ארונים מעגן אים נאך אלץ באשטעלן. דאס איז וואס איך קלער, והנלענ"ד כתבתי.


פון מיינעט וועגן איז נישט קיין שום פראבלעם. אין כאן בית מיחש. אבער זאג פאר א סאטמאר'ער ווי בנציון לאוב אדער דוד שלמה עקשטיין אז מ'ריפט אראפ צו די צענטעראלע סאטמאר מסיבה א מוזיקאלישע העלד פון ישראל וואס ביז לעצטענס "היה מנצחה ומנהלה המוזיקלי של להקת הרבנות הצבאית. ביום העצמאות ה-60 למדינת ישראל עיבד והלחין שיר מקורי שכתבה יעל הרמתי ובוצע על ידי חברי מקהלת הרבנות בחידון התנ"ך העולמי- "שישים שנה"."

וואס איז דאס מקהלת הרבנות הצבאית, פרעגן לאוב און עקשטיין? וויקיפידיע זאגט,"מקהלת הרבנות הצבאית היא להקה צבאית בצה"ל.

המקהלה הוקמה בשנת 1964 על מנת לחזק את הקשר של החיילים להווי הדתי. הם הופיעו על הבמות ביחידות צה"ל בימי חול. בשבתות ובחגים היו מופיעים בבתי כנסת יחידתיים."

מונה'ס קאנדאקטער שטעקן וואס איז יעצט מוליך ומביא אין דער ארמארי לארבע רוחות ומעלה ומטה האט לכאורה א דין אין די סאטמארע שו"ע ווי א לולב פון ארץ ישראל. די שאלה איז אויב מ'קען בדיעבד יוצא זיין מיט אזא 'בך בטחו'. ס'איז זיכער כדי זיך נישט אריינצולאזן אין קיין ספיקות זאל מען איבערזינגן אינדערהיים.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:29 am
דורך הדד בן בדד
יואליש האט געשריבן:מונה'ס קאנדאקטער שטעקן וואס איז יעצט מוליך ומביא אין דער ארמארי לארבע רוחות ומעלה ומטה האט לכאורה א דין אין די סאטמארע שו"ע ווי א לולב פון ארץ ישראל. די שאלה איז אויב מ'קען בדיעבד יוצא זיין מיט אזא 'בך בטחו'. ס'איז זיכער כדי זיך נישט אריינצולאזן אין קיין ספיקות זאל מען איבערזינגן אינדערהיים.


פלוץ פלצתי, יאך קען זיך נישט בארואיגן. דאס איז איינס און א גוטס. א לייק איז נישט גענוג פאר דעם דעריבער מוז איך עקסטער באדאנקען.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 12:50 pm
דורך דברים ככתבן
יואליש האט געשריבן:די לעצטע מאל מ'האט געניצט מונה צו אנצינדן עקסטאז ביי די ניו יארק'ע אידנטום איז געווען ביי די סטרולאוויטש חתונה.

ס'איז זייער סימבאליש אז דער מוזיקאלישע קאנדאקטאר פון צה"ל פאר דרייסיג יאר זאל קומען אונטערשפילן ביי די פייערונג פון א הצלה וואס איז צושטאנד געקומען דורך פארגייער פון צה"ל.

מונה האט געענדיגט זיין 30 יאריגע דינסט אין צה"ל אלס קאנדאקטאר הערשט צווי יאר צוריק.

איז דא ערגעץ א וידיאו פון סטרולאוויטש חתונה איך זיך שוין זייער לאנג

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:57 pm
דורך ברעט מענינג
מיין שכן דא א פופציג יעריגער פרעגט מיר ווער דער איד וואס מאכט מיט די הענט דארט ביי די מוזיק איז, זאג איך אים ער הייסט מונה ראזענבלום פון א"י, פרעגט ער צו עמרם אקער קען דאס נישט טוהן אזוי גוט ווי אים...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 3:44 pm
דורך גנדי
איך האב געהערט אז מען האט ספעציעל געברענגט א ״יאנעווע״ קאנדאקטאר שטעקן פאר מונה...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 12:28 pm
דורך איבערגעצויגנס
פון אייוועלט

Ivelt.jpg

מוזיקה ריז מונה רויזנבלום קומט קיין אמעריקע

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 12:52 pm
דורך איבערגעצויגנס