גייט ארויס שטימען אין די מאסן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

גייט ארויס שטימען אין די מאסן

שליחה דורך פארוואס? »

אן אינטערעסאנטע אנקעטע דרייט זיך יעצט ארום אין אלע וואטסעפפ גרופעס, איבער וואס דער עולם גלייבט. בערך הונדערט מענטשן האבן שוין דערווייל געענטפערט אין די רעזולטאטן זענען זייער אינטערעסאנט.

פאלגענד איז די פראגע און די מעגליכע ענטפערס:

[center]וואס איז די נענטסטע צו וואס איר גלייבט?[/center]

  • איך בין א טיפיקעל חרדישע מאמין; איך קוויטל מיך ביי א רבי
  • כגלייב אין חרדישע אידישקייט און אין היינטיגע רביס
  • אמאל זענען געווען אמתע צדיקים בעלי מופת; נישט היינט
  • אמאל זענען געווען צדיקים, אבער מופתים זענען נארישקייטן
  • מיין השקפה איז מאדערן-ארטאדאקסיש
  • כגלייב אין תורה, חז"ל, די ראשונים און קבלה און זוהר
  • כגלייב אין תורה, חז"ל און די ראשונים, אבער נישט אין קבלה
  • די ראשונים זענען אויך מענטשן, כגלייב נאר אין די יג עקרים
  • תורה, חזל היו בעלי רוח הקודש; די יג עקרים איז נישט מחייב
  • תורה און חזל זענען מחייב; חזל האבן זיך געקענט טועה זיין
  • מיין אמונה איז נוטה צו קאנסערוואטיווע אידישקייט
  • תורה איז מחייב, אבער חז"ל נישט
  • תורה איז מחייב, אבער עס קענען זיין טעותים אין די תורה
  • כ'בין נוטה צו רעפארם אידישקייט
  • יהדות האט אלוקית, אבער בין אדם לחבירו איז די עיקר
  • מצוות מעשיות עיקר; עצם אמונה איז נישט וויכטיג - ליבוביץ
  • אלע רעליגיעס זענען פאלש, אבער ס'איז דא א כח עליון
  • עס איז נישטא א סיבה צו גלייבן אין א כח עליון - אגנאסטיק
  • עס איז נישט דא קיין גאט - אטעאיסט

דערווייל האבן 21 פראצענט געענטפערט אז זיי קוויטלען זיך ביי א רבי, 9 פראצענט גלייבן אין היינטיגע רביס, 16 פראצענט גלייבן אז היינט זענען טאקע נישט דא קיין בעלי מופת, אבער אמאל איז יא געווען. פון די אנדערע זייט האבן 21 פראצענט געענטפערט אז זיי זענען אגנאסטיק און האלטן אז ס'איז נישט דא קיין סיבה צו גלייבן אז ס'איז דא א גאט, און 9 פראצענט האבן געענטפערט אז זיי זענען פולקאמע אטעאיסטן ר"ל.

דאס מיינט אז לויט די יעצטיגע רעזולטאטן זענען 60 פראצענט מאמינים מינימום אין תורה, חז"ל, די ראשונים און אין קבלה, און 35 פראצענט גלייבן בכלל נישט אין אידישקייט. די איבעריגע זענען ערגעץ אינדערמיט.

דערווייל האבן נאר בערך 100 מענטשן געשטימט, און מ'קען נאך נישט לייגן קיין גרויסע געוויכט אויף די רעזולטאטן. לאמיר מיטהאלטן וואס געשעט ווייטער ווען מער מענטשן שטימען.

פאלגענד איז די לינק צו די אנקעטע:
http://poll.pollcode.com/85136197
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארוואס?, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

איך בין זיכער אז [tag]לעיקוואד[/tag] און [tag]יאיר[/tag] גייען נישט געפינען ערגעצוואו אריינצופיטן אין די קארגע פאר אויסוואלן...
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך. האב מיר נישט געקענט אויסוועלן צווישן די אויסוואלן, איך גלייב אין 50% פין די היינטיגע חרדיזם, נישט אין היינטיגע רביס, אמאליגע האבן געהאט עפעס א כח כמו שנאמר רצון יראיו יעשה ונאמר קרוב ה' לכל קוראיו לכל אשר יקראוהו 'באמת', איך גלייב אז אין די תורה איז נישט דא קיין טעותים, אין חז''ל האבן זיך געקענט טועה זיין אין זאכן וואס זענען נישט מקובל מסיני, נאר פין די חכמי אומה''ע שבדוריהם, אין די ווערטער פון די ראשונים זענען הייליג ביי מיר אין איך האלט אז זיי זענען געווען גאר קלוג אין הייליג אין האבן געהאט סייעתא דשמיא לכוון בתורה אליבא דאמת אין אונז דארפן זיך פירן ע''פ דבריהם, (ווען עס איז נישט דירעקט קעגן שכל אנושי) ,
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אן אנקעטע אנליין האט נישט קיין גרויסע ווערד. אויסער דעם וואס עס צילט צו א געוויסע סארט מענטשן, (אינטערנעט, סאציאל מידיא באנוצער), קען מען נישט וויסן וויפיל מאל איין מענטש האט געוועלט.
האדם לא נברא אלא להתענג
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך ברעט מענינג »

רחמנא ליצלן אונז טייערע יודישע קינדערלעך וואס אונזער טאטען און הימל האט אונז אזוי ליעב זאל מען עהם אזוי וויי טון?!
אלעס מיט א שמייכל
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

די אנקעטע האט נישט קיין האפט און איז הוילע שטיות והבלים. ס'לאזט זיך שווער גלויבן אז דער אויבערשטער צוקראצט זיך פון אפאר טראלס מיט אפאר בראוזערס וכבר קדמוני יאיר.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

בכלל איז די פאלל אן אנשיקעניש און איז די מערסט-נישט אקוראטע פאלל שייך. אנגעהויבן האט זיך עס מיט א פאלל אויף וואס מ'גייט אויספאסטן, העררינג צי קאקאש קעיק — וואס אויף דעם איז עס נאך אפשר נאמן — פון דארט איז עס געפארן קיין צימעס און נארישקייטן, איצטער האלט עס אין העמק דבר. ווען ס'וועט אנקומען קיין מאחורי געטס מיר א ביפ.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געשטימט פאר די דריטע אפשען
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

מעשיות עיקר - ליבוביטץ. ? מיינען זיי חבד?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
פארשפארט