בלאט 1 פון 1
מאראנצ'ן זאפט און ווערים
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'זאגט אז מ'האט לעצטענס געטראפען ווערים אין מאראנצ'ן זאפט (orange juice בלע"ז) און מ'טאר עס נישט טרינקען. ט'ווייסט איינער דער השתלשלות הדברים, וואס האט מען געטראפען און וואס זאגען די מומחים.
ביטע נישט קיין ליצנות, איך קען דאס אויך. נאר דא וויל איך הערען די פאקטען ווייל דער אינטערנעץ איז פון מיט האלבע אינפארמאציע און איך ווייס נישט קיין קלארע זאך.
איך האב געהערט אז מ'האט געמאכט דער טאראראם מיט טראפיקאנ"א. זיי לייגען אריין א געוויסע טעם געמאכט פונ'ם שאלאכץ פונ'ם מאראנץ, און ווי באקאנט איז דא ווערים וואס קלעבען זיך צו צום שאלאכץ. דער לעצטע אינפארמאציע וואס איך האב געהערט איז אז מ'טרעפט גאנץ ווייניג, ווייניגער ווי דער שיעור פון מיעוט המצוי, און אויך זאגט מען אז ס'איז שטיקלעך ווערים נישט גאנצע ווערים, און אויב אזוי זענען זיי בטל ויאכלו ענוים וישבעו. מ'האט מיר אויך געזאגט אז די היימישע השגחות זענען אביסל בעסער, נאר איך ווייס נישט וועלכע.
גארנישט איז נישט קראנט, ס'איז נאר מקוה רייד.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:33 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'זאגט אז מ'האט לעצטענס געטראפען ווערים אין מאראנצ'ן זאפט (orange juice בלע"ז) און מ'טאר עס נישט טרינקען. ט'ווייסט איינער דער השתלשלות הדברים, וואס האט מען געטראפען און וואס זאגען די מומחים.
ביטע נישט קיין ליצנות, איך קען דאס אויך. נאר דא וויל איך הערען די פאקטען ווייל דער אינטערנעץ איז פון מיט האלבע אינפארמאציע און איך ווייס נישט קיין קלארע זאך.
איך האב געהערט אז מ'האט געמאכט דער טאראראם מיט טראפיקאנ"א. זיי לייגען אריין א געוויסע טעם געמאכט פונ'ם שאלאכץ פונ'ם מאראנץ, און ווי באקאנט איז דא ווערים וואס קלעבען זיך צו צום שאלאכץ. דער לעצטע אינפארמאציע וואס איך האב געהערט איז אז מ'טרעפט גאנץ ווייניג, ווייניגער ווי דער שיעור פון מיעוט המצוי, און אויך זאגט מען אז ס'איז שטיקלעך ווערים נישט גאנצע ווערים, און אויב אזוי זענען זיי בטל ויאכלו ענוים וישבעו. מ'האט מיר אויך געזאגט אז די היימישע השגחות זענען אביסל בעסער, נאר איך ווייס נישט וועלכע.
גארנישט איז נישט קראנט, ס'איז נאר מקוה רייד.
ליטוואק פון בודאפעסט: צו ערשט דארף איך זאגן שהחיינו. ס'איז דאס ערשטע מאל וואס דו מאכסט מיך לאכן...
די צווייטע קשיא איז...ווי קומט א ליטוואק אין מקווה...!...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך כאפ נישט דער וויץ. ביטע ערקלערען.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:00 am
דורך petergrifin
האסט מיך געמאכט גוגלען און אײן לינק ברענגט ארויס מיט אן ארטיקל און א יוא טוב קליפ.
http://kosherpoint.com/what-can-be-wron ... nge-juice/[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=1wCGfZkv88A[/youtube]
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:07 am
דורך petergrifin
איך האב אויך געזען א סײט װאס אויבן אויף זעהט עס אויס װי ער װײסט אסאך. אבער ער זעהט מיר אויס װי אלעס איז בײ
עהם פול מיט װערים. עני אפיניאן?
http://yudelstake.blogspot.com/
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען איהם. ער שרייט שוין אין ביהמ"ד וואכען לאנג. אבער ער ברענגט נישט קיין קלארער אינפארמאציע. ווער האט געזען די ווערים? ס'איז געווען גאנץ צו שטיקלעך? וועלכע קאמפאני"ס נוצען די פראדוקטען? וואס זאגען תלמידי חכמים? זיין בלא"ג איז פול מיט האס און שרייעריי, ער פראבירט אריינצושטופען זיין דעה ביי דיר, נישט רואיגעהייט ערקלערען דער ענין.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:19 pm
דורך [NAMELESS]
כל דבריו בטלים ומבוטלים כקליפת השום הבל הבלים שאין בהם ממש.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 1:43 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 11:40 am
דורך שמעקעדיג
.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב יעצט געהערט א הגאון ר' דוד פיינשטיין האט געזאגט אז ס'איז אזוי ווי א תשובה פון זיין טאטע אין
אגרות משה יו"ד ח"ב סי' כ"ד און ס'איז פונקט אזוי מותר.